רוי:האקיידא

פון המכלול
ווערסיע פון 11:18, 21 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער אינזל האקיידא (טונקל־גרין אויף דער מאפע)

האקיידא (יאפאניש: Hokkaidō 北海道) איז דער צווייטער גרעסטער אינזל אין יאפאן (נאך האנשו) און דער 21סטער גרעסטער אינזל אין דער וועלט. דער גאנצער אינזל איז איין פרעפעקטור וואס איז דער מערסט צפונדיקער און דער גרעסטער פרעפעקטור אין גאנץ יאפאן. צווישן האקיידא און האנשו געפינט זיך דער צוגארו דורכגאס (Tsugaru). אונטער דעם דורכגאס גייט דער סייקאן טונעל (Seikan Tunnel), וואס איז לאנג 53.85 ק"מ און איז דער לענגסטער באן טונעל אין דער וועלט. די גרעסטע שטאט אויפן אינזל איז סאפארא (Sapporo), די הויפטשטאט פונעם פרעפעקטור.

דער אינזל געפינט זיך ביים צפון עק פון יאפאן, לעבן רוסלאנד, און איז ארומגענומען מיט דעם פאציפישן אקעאן, דעם יאפאנער ים און דעם אכאצקער ים. דער צענטער פונעם אינזל שפארט איין עטליכע בארגקייטן און אויך וואולקאנישע פלוינען. דער אינזל איז טעטיק סייסמיש, און ליידט פון כסדרדיקע ערדציטערנישן.

דער אינזל האט א שטח פון 83,452.47 קוואדראט ק"מ, און א באפעלקערונג פון 5,702,131 באוואוינער (ריכטיק פאר 2003).

דעם 25סטן סעפטעמבער 2003 האט פאסירט אויפן אינזל א טויטליכער ערדציטערניש מיט א שטארקייט פון 8 אויפן ריכטער סקאלע.

דרויסנדע לינקס


LocationAsia.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אזיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!