רוי:רבי אליעזר יהודה פינקל (א)

פון המכלול
ווערסיע פון 12:20, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "טויט דאטע" ב־"טויט דאטום")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אליעזר יודא פינקל
אמטן מירער ראש ישיבה

רבי חזקיהו אליעזר יהודה פינקל (אלול ה'תרל"ז - י"ט תמוז ה'תשכ"ה) איז געווען ראש ישיבה אין מיר.

יונגע יארן

רבי ליעזר יודל איז געבוירן אלול תרל"ז אין קעלם, ליטע, צו זיין פאטער רבי נתן צבי פינקל, דער "אלטער פון סלאבאדקע". שוין אלס קינד האט ער געלערנט ביי זיין פאטער די מסכתות גמרא אין נשים און נזיקין.

אין תרמ"ה איז זיין משפחה אריבער קיין סלאבאדקע וואו זיין פאטער האט אויפגעשטעלט די "כנסת ישראל" ישיבה, און דער אכט־יעריגער ליעזר יודל איז געווען פון די ערשטע תלמידים. עטליכע יאר שפעטער איז ער אריבערגעגאנגען לערנען אין טעלז ביי רבי שמעון שקאפ און רבי אליעזר גארדאן. ביי די זיבעצן יאר האט ער שוין געוואוסט גאנץ ש"ס. דאס געלט וואס ער האט באקומען פון זיין פאטער אלס אויפהאלט פלעג ער טיילן צו אנדערע בחורים אין דער ישיבה פאר חידושי תורה, און ער אליין האט געגעסן נאר ברויט מיט וואסער. די הנהגה איז געבליבן ביי אים צו געבן א סטיפענדיע פאר יעדן וואס האט אים געזאגט א חידוש.

אין תרנ"ד איז ער געגאנגען לערנען אין בריסק ביי רבי חיים סאלאווייטשיק, און אין תרנ"ו איז ער צוריקגעקומען קיין סלאבאדקע אויף א יאר. אין תרנ"ז האט זיין פאטער געשיקט אים מיט א גרופע אויסגעקליבענע בחורים קיין סלוצק צו העלפן דעם רידב"ז אויפשטעלן זיין ישיבה אונטער הרב איסר זלמן מעלצער. נאך א שטיק צייט איז ער ווייטערגעגאנגען לערנען אונטער רבי ברוך בער לייבאוויץ, און נאכהער אינעם קדשים כולל פונעם חפץ חיים אין ראדין. פון ראדין איז ער געגאנגען אין דער מיר לערנען אונטער דעם שטאטס רב, הרב אליהו ברוך קאמאי. הרב קאמאי האט אים געשעצט ווי דער בעסטער פון זיינע תלמידים, און אין תרס"ג האט ער אים גענומען פאר אן איידעם.

ראש ישיבה אין מיר

אין תרס"ז איז רבי ליעזר יודל באשטימט געווארן א מגיד שיעור אין דער מירער ישיבה. ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז דער ישיבה אריבער אין פאלטאווע. אזוי ווי הרב קאמאי איז געבליבן אין זיין שטאט מיר, האט ער געלאזט די הנהגה פון דער ישיבה אין די הענט פון זיין איידעם ר' ליעזר יודל. הרב קאמאי איז נפטר געווארן אין די מלחמה יארן און דעמאלסט האט מען באשטימט רבי ליעזר יודל אפיציעל ראש ישיבה, צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב אברהם צבי קמאי.

ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה איז ער אריבער מיט דער ישיבה קיין רוסלאנד. ווען ער האט באקומען א סערטיפיקאט פאר ארץ ישראל האט ער זיך באזעצט דארטן מיט דער כוונה אז ער וועט קענען פארזארגן סערטיפיקאטן פאר אלער מירער תלמידים. די ישיבה האט ער געלאזט אונטער דער הנהגה פון זיין איידעם רבי חיים שמואלעוויטש.

אין תש"ד האט ער אויפגעשטעלט אין ירושלים דעם מירער כולל, און דערנאך די ישיבה, וואו ענדלעך זענען א סך פון די מירער תלמידים אנגעקומען.

ער האט געפירט די ישיבה אין ירושלים ביז זיין לעצטן טאג.

י"ט תמוז תשכ"ה איז ער נפטר געווארן אין ירושלים און איז געווארן באערדיקט אין הר המנוחות.

משפחה

רבי ליעזר יודל האט געהייראט מלכה, טאכטער פון הרב אליהו ברוך קאמאי, שטאטס רב און ראש ישיבה אין מיר. זייערע קינדער:

  • רבי חיים זאב ( כ"ד אדר תרס"ד - י"ח אלול), ראש ישיבה פון היכל התלמוד אין תל אביב און משגיח אין מיר (ירושלים); האט געהייראט לאה אייבעשוץ.
  • חנה מרים, האט געהייראט רבי חיים שמואלעוויטש
  • רבי משה, האט געהייראט נחמה איידל, טאכטער פון רבי מרדכי דוד לעווין
  • רבי אברהם מאיר, אומגעקומען אין דער ווארשעווער געטא מיט זיין ווייב צירל (גליקסאן) און קינדער יוסף און שרה ראשא.
  • רבי בנימין ביינוש (ה'תרע"ג - י"ח שבט תש"ן), מירער ראש ישיבה; האט געהייראט אסתר, טאכטער פון רבי שמואל גריינימאן


פריערדיגער:
רבי אליהו ברוך קאמאי
מירער ראש ישיבה
ביז תש"ב גלייכצייטיק מיט הרב אברהם צבי קאמאי
פון תש"א גלייכצייטיק מיט רבי חיים שמואלעוויטש

תרע"ז - תשכ"ה
"דברי אליעזר"
נאָכפאלגער:
רבי חיים שמואלעוויטש
רבי בנימין ביינוש פינקל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!