רוי:סעמיטישע שפראכן

פון המכלול
ווערסיע פון 11:44, 22 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אינדזל" ב־"אינזל")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
די קלאַסיפיקאַציע און פאַרטרעטער פון סעמיטישע שפּראַכן.

סעמיטישע שפּראַכן איז אַ שפּראַך פאַמיליע פאַרשפּרייט אין מיטלן מזרח און צפון און מזרח אַפריקע, אַ צווייג פון אַפראַזיאַטישע שפּראַכן. די מערסטנס פאַרשפּרייטע סעמיטישע שפּראַכן זענען אַראַביש (בערך 300 מיליאָן ריידערס), אַמהאַריש (22 מיליאָן), טיגריניאַ, עברית (7 מיליאָן ביידע) און מאָדערנער אַראַמיש (550 טויזנט). תנכישער העברעאיש, ווי אויך לשון חכמים און תרגום לשון געהערן צו סעמיטישע שפּראַכן.

דער באַגריף "סעמיטיש", סיי פאַר די לשונות און סיי פאַר די פעלקער וואָס ריידן אויף זיי, שטאַמט פון דעם נאָמען פון שם, נחס זון.

געשיכטע

ס'זענען דאָ אַ ריי השערות בנוגע דעם, וואו און ווען די סעמיטישע שפּראַכן זענען דערשינען.[1] לויט לעצטע אָפּשאַצונגען איז די פּראָטאָ־סעמיטישע שפּראַך אויפגעקומען אויפן שטח פון היינטיגן לעוואַנט בערך 6000 יאָר צוריק. איין צווייג האָט דורכן אַראַבישן האַלבאינזל דערגרייכט מזרח אַפריקע, וואו זי האָט זיך צעטיילט און געבליט אַלס אַ גרויסע גרופּע: עטיאָסעמיטישע שפּראַכן.[2]

פאָנאָלאָגיע

די פּראָטאָסעמיטישע שפּראַך האָט געהאַט 29 קאָנסאָנאַנטן, וואָס כמעט אַלע פון זיי זענען נאָך אויפגעהיט אין מאָדערנעם אַראַביש:[3]

פּראָטאָסעמיטיש לשון קודש אַראַמיש אַראַביש אַקאַדיש אַמהאַריש
א א ʔ Ø Ø
*b ב ב b b b
*d ד ד d d d,ǯ
*ḏ ז ד z z,ž
*g ג ג ǯ g g,ǯ
*h ה ה h Ø Ø
*ḥ ח ח Ø Ø
*ḫ ח ח Ø
*k כ כ k k k,č
*ḳ ק ק q ḳ,č̣
*l ל ל l l l
*m מ מ m m m
*n נ נ n n n,ñ
*p פ פ f p f
*r ר ר r r r
*s ס ס s s s,š
שׂ ס š š s,š
ש ש s š s,š
*ṣ צ צ ṭ,č̣
*ṣ̂ צ ע ṭ,č̣
*t ת ת t t t,č
*ṭ ט ט ṭ,č̣
*ṯ ש ת š s,š
*ṯ̣ צ ט ḏ̣ ṭ,č̣
*w ו, י ו, י w w w
*y י י y y,Ø y
*z ז ז z z z,ž
ע ע γ Ø Ø
ע ע ʕ Ø Ø

גראַמאַטיק

שרשים

דער יסוד פון דער גראַמאַטיק פון סעמיטישע שפּראַכן איז אַ סיסטעם שרשים. אַ שורש באַשטייט בדרך כלל פון דריי קאָנסאָנאַנטן און פאַרשידענע ווערטער ווערן געשאַפן דורך דער כסדרדיקער אָנווענדונג פון משקלים: מוסטערן פון וואָקאַלן און אַפיקסן, וואָס גיבן איבער באַשטימטע באַדייטונגען און אַספּעקטן.[4] אין אַ ברייטערן קאָנטעקסט שטאַמט די דאָזיקע סיסטעם פון אַ פריערדיגער סיסטעם פון צוויי־קאָנסאָנאַנטישע, וואָס מען טרעפט אין אַנדערע אַפראַזיאַטישע שפּראַכן. די שפּורן פון דער צוויי־קאָנסאָנאַנטישקייט קען מען אויך געפינען אין די סעמיטישע שפּראַכן גופא: אין אַ סך פאַלן איז דאָ אַ פאַראַלגעמיינערטער טייטש פאַר אַ גאַנצער ריי שרשים, וואָס שיידן זיך אונטער בלויז אין איין קאָנסאָנאַנט.[5] אַזעלכע שרשים ווי "שם" אָדער "דם" באַשטייען לכתחילה פון צוויי קאָנסאָנאַנטן און זייערע קרובים קען מען געפינען אין אַנדערע אַפראַזיאַטישע שפּראַכן.[6]

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. Huehnergard J, Rubin AD (2011) Phyla and waves: models of classification of the Semitic languages. Handbücher zur Sprach- und Kommunikationswissenschaft 36: 259–278
  2. Kitchen A, Ehret C, Assefa S, Mulligan CJ (2009) Bayesian phylogenetic analysis of Semitic languages identifies an Early Bronze Age origin of Semitic in the Near East. Proc R Soc Lond B 276: 2703–2710
  3. Kogan L (2011) Proto-Semitic phonetics and phonology. Handbücher zur Sprach- und Kommunikationswissenschaft 36: 54-151
  4. Gensler OD (2011) Morphological typology of Semitic. Handbücher zur Sprach- und Kommunikationswissenschaft 36: 279–302
  5. Militarev A (2005) Root extension and root formation in Semitic and Afrasian. Aula Orientalis 23: 83-130
  6. Wolff HE (2011) Semitic-Chadic relations. Handbücher zur Sprach- und Kommunikationswissenschaft 36: 27-38
Noun project 2472.svg דער ארטיקל בנוגע שפראכן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!