רוי:קאמאר

פון המכלול
ווערסיע פון 10:31, 22 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אינסעקט" ב־"אינזעקט")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Mosquito 2007-2.jpg

קאמאַרן אדער מאסקיטן זענען א פאמיליע פון קליינע פליגן (Culicidae) וואס זויגן בלוט פון בעלי חיים מיט ווארבלען, כולל מענטשן. זייער לענג איז דורכשניטלעך פון א צענטל אינטש ביז א זיבעטל. זייער לעבנס דויער איז געווענליך פון צוויי טעג ביז געציילטע חודשים. די נקבה האט ספעציעלע שטעכער וועלכע קוקן אויס ווי א שטרוי, מיט וועלכע זי ציט אריין בלוט. זי קען ארייננעמען בלוט 1.7 מאל וויפיל זי וועגט. עטליכע שעדליכע קראנקייטן ווערן אריבערגעפירט דורך קאמארן, און צוליב דעם טייל ביאלאגן האלטן אז קאמארן זענען די געפערליכסטע און די טויטליכסטע בעל חיים אין דער וועלט.

זיי זענען טעטיג אין די זומער מאנאטן, און פארמערן זיך בעיקר אין וואסערן וואו זיי לייגן זייערע אייער אין די מיליאנען.

נאכן זיך האבן אנגעפילט מיט זויגערס בלוט, (טראצדעם וואס זיי צאפן אויכעט פיש, פויגלען און שלענג) וועט די מאמע לייגן די אייער אויף דעם אויבערפלאך פון די וואסער ( דערפאר וועלן זי זיך שטענדיג געפינען וואו עס דא טייכן אדער אנגעזאמלטע וואסער, און דערפאר איינע פון די וועגן זיי צו אויסראטן, איז דורך אויסטרוקענען אלע קליינע טייכלעך). אין פארלויף פון איר קורץ לעבן קען זי לייגן איבער 3,000 אייער. ענדערעש פון די נקבות, די זכרים שפייזן זיך בלויז מיט בלומען זאפט און נעקטאר. דער קאמאר איז פארשפרייט איבער דער גאנצער וועלט אהן קיין אויסנאם.

P biology.svg דער ארטיקל בנוגע ביאלאגיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!