רוי:דניאל בערנולי
פעלדער | מאטעמאטיק, פיזיק |
---|---|
וואוינארט | שווייץ, רוסלאנד |
הערות | זיין פאטער איז געווען יאהאן בערנולי און יאקאב בערנולי איז געווען זיין פעטער. |
הויפט ביישטייערן | |
אוילער בערנולי טעארעם דער בערנולי פרינציפ וואס ווערט גערופן אויף זיין נאמען איז גאר וויכטיק אין אעראדינאמיק. |
דניאל בערנולי (8טן פעברואר 1700 - 17טן מערץ 1782) איז געווען א האלענדישער מאטעמאטיקער וואס רוב זיין לעבן האט ער געוואוינט אין באזעל, שווייץ, וואו ער האט געארבעט מיטן מאטעמאטיקער לעאנהארד אוילער. דער בערנולי פרינציפ וואס ווערט גערופן אויף זיין נאמען איז גאר וויכטיק אין אעראדינאמיק.
דניאל בערנולי איז אויפגעוואקסן אין א משפחה פון באוואוסטע וויסנשאפטלער. זיין פאטער איז געווען יאהאן בערנולי און יאקאב בערנולי איז געווען זיין פעטער.
אין 1724 האט מען אויפגענומען דניאל בערנולי ווי פראפעסאר אויף מאטעמאטיק אין דעם פעטערבורגער אוניווערסיטעט אבער דער ארט האט אים נישט געפאלן. צוליב א לייכטער מחלה אין 1733 האט ער געהאט א תירוץ אפצולאזן דעם אמט. ער איז צוריקגעגאנגען צום אוניווערסיטעט פון באזעל וואו ער איז געווארן א לעקטאר אויף מעדיצין, מעטאפיזיק און נאטור-וויסנשאפטן ביז זיין טויט.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|