המכלול:אויפפירונג צווישן די מכלולאים

פון המכלול
ווערסיע פון 17:49, 18 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צוגעלייגט קאַטעגאָריע:המכלול קהילה דורך HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פארשריפטן פאר די מכלולאים וויאזוי זיך אומצוגיין צווישן זיך:

  1. מען טאר זיך נישט אויסדרוקן אויף אן אומפאסיגע וועג כלפי א צווייטן.
  2. מען טאר נישט שפעטן פון די ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט דורך אנדערע אין המכלול. מען מעג געבן קאנסטרוקטיווע קריטיק, אבער אן ניצן טשעפנדע ווערטער.
  3. מען דארף היטן אויף א גוטע גיסטע, און האלטן פריינטליכע און רעספעקטפולע באציאונגען צווישן די מכלולאים.
  4. באניצער ווערן אפגעמאסטן בלויז לויט זייערע ביישטייערונגען. אויך ווען א דעבאטע צופייערט זיך טאר מען נישט אטאקירן אנדערע מכלולאים צוליב זייער יארגאנג, קרייז, דעות אדער סיי וועלכע אנדערע פערזענליכע אייגנשאפט.
  5. מען דארף זיין אנשטענדיג, יושר'דיג און ארנטליך.
  6. בעפאר א יסודות'דיגע טויש אין אן ארטיקל, איז ראטזאם זיך דורך צו רעדן מיט דער הויפט שרייבער דערפון, אדער לכל הפחות אים מודיע זיין איבערן טויש.
  7. מען טאר נישט מפרסם זיין פערזענליכע דעטאלן איבער אנדערע באניצער קעגן זייער ווילן ("גילוי"). דאס רעכנט נישט אריין דערקענען שטרוי-מענטשן וואס זענען געשאפן געווארן כדי צו נייגן אן אפשטימונג.

א הארבע פארלעצונג פון די פארשריפטן דורך א באניצער וועט ברענגן א ווארענוג, און ווייטערדיגע פארלעצונגען נאכן ווארענען קענען פירן צו אן אויסשפארונג.