רוי:דזשאן אלבאק

פון המכלול
ווערסיע פון 11:19, 21 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

דזשאן אלבאק (ענגליש: John Albok, אונגאריש: Albok János; געב' 1894 מונקאטש - 1982 ניו יארק)[1] איז געווען אן אונגארישער פאָטאָגראף וועלכער האט אימיגרירט קיין די פאראייניגטע שטאטן, און דאקומענטירט גאס-סצענעס אין ניו יארק בשעת דער גרויסער דעפרעסיע און דערנאָכדעם.

לעבנס געשיכטע

יאנַאש אלבאק איז געבוירן אין מונקאטש. ער איז איינגעצויגן געווארן צו דער אונגערישער ארמיי. ער האט אנגעהויבן פאטאגראפירן לעבן אין די שפּיטאָל און טורמע וואו ער האט געארבעט. בשעת דער מלחמה, האט אלבאק'ס טאטע זיך געהרגעט און צוויי פון זיינע שוועסטער זענען געשטארבן פון הונגער.

אין 1921, אלבאק האט זיך געצויגן אין די פאראייניגטע שטאטן. אויף פרנסה, האט ער ערשטנס געארבעט אלס שניידער אין א געשעפט אויף 96 סטריט און מעדיסאן אוועניו. ער האט געדונגען א קליינעם צימער איבער דעם געשעפט, מיט זיין (אונגארישער) ווייב, אילאנא קיס.

אין 1937, אלבאק האט געווינען אַ וואכענטליך פאָטאָ-קאנטעסט געהאלטן דורך דער ניו יארק העראַלד טריבונע, און האט געווינען אויפמערקזאמקייט פון גרייס מאייר, פאָטאָ-קוראטאָר ביים ניו יארק סיטי מוזעאום.

זיין ערשטער סאָלאָ-שוי, Faces of the City, איז געוויזן געווארן אין 1938. אין 1939 האט ער אנטפלעקט זיין אַרבעט אין ענגלאנד.[2]

אַלבאק'ס ווערק ווערט היינט געוויזן אין זאמלונגען אין דעם מוזעאום פון ניו יארק, דעם מעטראָפּאָליטאַן קונסט-מוזעאום, דעם געטי מוזעאום, און פילע אנדערע מוסדות.

רעפערענצן

  1. זעט זיין הספד אין די "ניו יארק טיימז": רונאלד סמאת'רז, John Albok: Tailor-Photographer, יאנואר 13 1982
  2. און דארט, אין ליווערפול, ער האט געזעהן, און האט פאטאגראפירט, א אינג אידיש מיידל (בבא עלעפאנט) וואס איז געפאלן שלאָפנדיק אויף א טשעמאָדאַן. דאס "פאָטאָ פון א פליט" איז געווען געדרוקט אין צייטונגען אין ענגלאנד און אויך ייִדישע צייטונגען אין אמעריקע. זעט: דוויורע (דבורה) טאראנט, "קינדער וואס רייצן זיך" , היים און דערציאונג, ניו יארק, 1939, בלאט 13.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!