רוי:גמונדן

פון המכלול
ווערסיע פון 10:54, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
גמונדן
[[טעקע:{{{2}}}|90px]]
Gmunden 153.JPG
א בליק אויף גמונדן פונעם טראון טייך
מדינה / טעריטאָריע Flag of Austria.svg עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 47°55′05″N 13°47′58″E / 47.91806°N 13.79944°E / 47.91806; 13.79944 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
בירגערמייסטער שטעפאן קראפף
שטח 65.55 קוואדראט ק"מ
הייך 425 מעטער

 ‑ אין שטאָט

13,272‏  (שטייענדיג = 2017)

גמונדן (דייטשיש: Gmunden), איז א שטעטל אין דעם דרומ'דיגן טייל פונעם פעדעראלן לאנד אויבער עסטרייך אין עסטרייך. דער שטעטל באדינט אויכעט אלס די הויפטשאט פונעם גמונדן באצירק וועלכע הייסט פונק אזוי ווי דער שטעטל. דער שטעטל ליגט אויפן נארדליכן ברעג פונעם טראון טייך, אין דעם צפונ'דיגן חלק פונעם גרויסן קורארט צענטער זאלצקאמערגוט (דייטשיש: Salzkammergut), נישט ווייט פון באד אישל.

דער שטעטל איז באוואוסט הויפטזעכליך צוליב דער עקסקלוזיווער קעראמיק וואס ווערט ערצייגט אין אים (גמונדן קעראמיק), און אויך צוליב דער בארימטער פעסטונג וואס איז פלאצירט אין אים.

אין געמונדן ס'איז פאראן א קליינער טראמוויי וועלכער פארט לענגאויס פון דער שטעטל'ס פראמענאדע.

געאגראפיע

גמונדן ליגט אין א הייך פון 425 מעטער איבערן ים פלאך אין דעם טראונפירטל באצירק. דער שטעטל איז אויסגעצויגן פונעם צפון ביזן דרום אויף א פלאך פון 9.4 קילאמעטער, און פונעם מזרח ביזן מערב אויף א פלאך פון 13.5 קילאמעטער. אין אלגעמיין דער גאנצער שטח פונעם שטאט באשטייט פון 63.49 קילאמעטער. דער שטאטישער געביט רעכנט אריין אין זיך דעם נארדליכן ברעג און אויכעט א א טייל פונעם אסטליכן ברעג פונעם טראון טייך.

דער טראונשטיין בארג (Traunstein Berg) אין דער געגנט פון גמונדן

היסטאריע

אין יאר 1217,נאך איידער גמונדן איז געווארן א שטאט, האט איר געגנט באקומען ספעציעלע רעכטן. גמונדן איז פארוואנדלט געווארן פון א פעסטונג אין א שטאט אין יאר 1278 און איז געווען באפעסטיגט אין לויף פון אלע מיטל אלטער טעג. אין יאר 1300 איז אויפגעבויט געווארן א קירכע. דער פאליטישער און ווירטשאפטליכער אנפירער פונעם שטאט איז געווען דער "שטאט'ס ריכטער" (דייטשיש: Stadtrichter). דורך דער צווייטער טערקישער באלאגערונג אויף וויען אין יאר 1683 האט גמונדן אויפגענומען פילצאליגע פליכטלינגען וואס האבן אהין געשטראמט פון וויען. אין יאר 1862 איז גמונדן עמטליך געווארן א ספא און אפרו שטאט.

 

מוסטער:אייראפע-געא-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!