רוי:קוילנשטאף

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
C-TableImage.svg
שוואַרץ טשאַד גראַפייט, טשאַד, בלאַס דימענט.

קוילנשטאָף אדער קאַרבאָן איז אַ וויכטיגער כעמישער עלעמענט, און פון די וויכטיגסטע עלעמענטן פון די אָרגאַנישע־מאַטעריאַלן (דהיינו, פון די לעבעדיקע באַשעפענישן). זיין סימבאָל איז C (לאטייניש: Carbon), זיין אַטאָם־מאָס איז 12 און זיין אַטאָם־נומער איז 6.

קוילנשטאף איז דער עיקר און הויפט עלעמענט אויף וואס די כעמיע פון לעבן איז באזירט.

דער נאמען "קאַרבאָן" שטאמט פון א לאטיין ווארט וואס מיינט קוילן.

בעלי חיים זענען אויסגעפארמט פון עטליכע כעמיקאַלע עלעמענטן: קוילנשטאף, וואַסערשטאָף, שטיקשטאָף, און זויערשטאָף. דאָס עלעמענט קוילנשטאף האָט די מערסטע אָרגאַנישע פאַרבינדונגען (פון אַלע 4 זייטן) וואָס דערפאר קען דאָס זיך שטאַרקער פאַרבינדן מיט זיך אַליין און מיט אַנדערע כעמיקאַלע עלעמענטן.

טעקע:Element 6.webm
טשאַד אַטאָם

דאס קלענסטע נאטירלעכע מאלעקול פון קוילנשטאף איז מעטאן (ענגליש: "methane", דייטש: "Methan") וואס האט אן אטאם פון קוילנשטאף און פיר אטאמען פון וואסערשטאף. די כעמישע פארמעל פון מעטאן איז "CH4".

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!