רוי:ווינדזאר הויז

פון המכלול
ווערסיע פון 17:53, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט ווינדזאר הויז צו רוי:ווינדזאר הויז אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דאס ווינדזאר הויז איז דאס היינטיגע קעניגליכע הויז פונעם פאראייניגטן קעניגרייך און אנדערע קאמאנוועלט לענדער. די דינאסטיע שטאמט פון די דייטשע הערצאגן און איז געווען פריער א צווייג פונעם זאקסן-קאבורג און גאטע הויז. עס איז דער נאכפאלגער פונעם האנאווער הויז ווי די מאנארכן פון דער בריטישער אימפעריע נאכן טויט פון דער מלכה וויקטאריע, ווייב פון פרינץ אלבערט פון זאקסן-קאבורג און גאטע. די זאקסן-קאבורג און ווינדזאר הייזער האבן פארזארגט ביז היינט פינף בריטישע מאנארכן, פיר מלכים און די היינטיגע מלכה, עליזאבעט די צווייטע.

אין 1917 האט מען געענדערט דעם נאמען פון זאקסן-קאבורג און גאטע צום ענגלישן ווינדזאר צוליב דייטש-פיינטליכקייט אין דער בריטישער אימפעריע במשך דער ערשטער וועלט-מלחמה.[1] אין די יארן פון דער הערשאפט פון די ווינדזארן האבן פאסירן וויכטיגע ענדערונגען אין דער בריטישער געזעלשאפט . די בריטישע אימפעריע האט זיך באטייליגט אין די ערשטער און צווייטער וועלט-מלחמות, זייענדיק ביידע מאל אויף דער זיגנדיקער זייט, דאך נאכהער האט זי פארלוירן איר סטאטוס פון אן איבערמאכט ווערנט דעקאלאניזאציע. דער גרעסטער טייל פון אירלאנד האט זיך געשיידט פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. די מערסטע געוועזענע לענדער פון דער אימפעריע זענען געווארן די קאמאנוועלט פון פעלקער.

רשימה פון מאנארכן

פארטרעט נאמען פון ביז קרובישאפט מיט פאראויסגייער
Edward VII in coronation robes.jpg מלך עדווארד דער זיבעטער 22סטן יאנואר 1901 6טן מאי 1910 זון פון וויקטאריע
George V of the united Kingdom.jpg מלך געארג דער פינפטער 6טן מאי 1910 20סטן יאנואר 1936 זון פון עדווארד דער זיבעטער
King Edward VIII, when Prince of Wales - Cope 1912.jpg מלך עדווארד דער אכטער 20סטן יאנואר 1936 11טן דעצעמבער 1936
(אבדיקירט)
זון פון געארג דער פינפטער
King George VI.jpg מלך געארג דער זעקסטער 11טן דעצעמבער 1936 6טן פעברואר 1952
Queen Elizabeth II in March 2015.jpg מלכה עליזאבעט די צווייטע 6טן פעברואר 1952 הערשט טאכטער פון געארג דער זעקסטער

רעפערענצן

  1. McGuigan, Jim (2001). "British identity and 'people's princess'". The Sociological Review. 48 (1). doi:10.1111/1467-954X.00200. Retrieved 7 June 2013.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!