רוי:דובנא

פון המכלול
ווערסיע פון 01:15, 6 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "לעכע" ב־"ליכע")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דובנא
Дубно
Castle in Dubno Ukraine.jpg
א טורעם פון דער דובנער פעסטונג
מדינה / טעריטאָריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
גרינדונג דאַטע 11טער י"ה
קאָאָרדינאַטן 50°25′N 25°45′E / 50.417°N 25.750°E / 50.417; 25.750 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
גובערניע מחוז רובנו[[טעקע:מוסטער:פאן/מחוז רובנו|קישור=מחוז רובנו|גבול|22x16pxpx|מחוז רובנו]] ראוונע
בירגערמייסטער וואסיל  אנטאניוק
שטח 27.04 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

38,208‏  (שטייענדיג 2006)
1,413 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2
http://www.dubno.com.ua/
אריינגאנג צו פעסטונג אין דובנא

דובנא אדער דובנע (אוקראיניש: Дубно; פויליש: Dubno) איז א שטאט אין ראוונער גובערניע (Рівненської області) אין וואהלין, מערב אוקראינע אויף די ברעגן פון טייך איקווע.

אין דער מיטל אלטער

די שטאט דובנא ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אין דאקומענטן פון יאר 1100. אין דעם  פערצנטן יארהונדערט איז די שטאט מיטן ארומיגן געגנט געווארן אנעקסירט צו פוילן. אין יענער תקופה האט מען געבויט די פעסטונג פון דובנא. אין 1498 האט דובנא באקומען שטאטישע רעכטן, וואס האט געצויגן צו דער שטאט נייע באוואוינער, מערסטנס יידן און ארמענער. די אידן האבן גערופן די שטאט "דובנא".

אידן אין דובנא

געשיכטע פון די אידן אין דער שטאט

ביים סוף פונעם פופצנטן יארהונדערט, ווען ס'איז ארויסגעקומען דער באפעל וואס גיט די איינוואוינער פון דובנא בירגער־רעכטן און די פרייהייט צו האנדלען, זענען געקומען וואוינען אין דובנא א סך אידן וואס האבן זיך באשעפטיגט אין מסחר און ארבעט. אין דעם צענזוס וואס מ'האט געהאלטן אין דער שטאט אין יאר 1897 האט מען געציילט 13,785 איינוואוינער אין דער שטאט, פון זיי 5,608 אידן. אין יענער צייט האט די שטאט געהאט א יידישן שפיטאל און חדרים, אבער נישט קיין אנדער חינוך מוסדות.

דובנא איז געווען א באוואוסטער יידישער צענטער אין מזרח אייראפע. צווישן די יארן 16001606 איז דער רב פון דובנא געווען דער "של"ה הקדוש", הרב ישעיה הלוי הורוויץ, פון די גרעסטע רבנים פון אשכנז אין דעם 17טן יארהונדערט.

"דער דובנער מגיד"

דער מערסט באקאנטער איד וואס זיין נאמען איז פארבונדן מיט דובנא איז געווען הרב יעקב קראנץ, אן אויסגעצייכענטער דרשן וואס האט געוואוינט און געווען טעטיק אין דובנא 18 יאר. דער דובנער מגיד איז באוואוסט פאר זיינע דרשות וועגן אמונה און מוסר, און ער האט געשאפן פיל וואונדערליכע. רבנים פלעגן קומען הערן זיינע  דרשות און רעדן מיט אים. ווען ער האט באזוכט ווילנע, האט דער  ווילנער גאון אים געבעטן צו זאגן מוסר. נאך זיין פטירה האט אברהם דב בער פלאם געדרוקט זיינע משלים און דרשות, און זייט דעמאלסט האט מען זיי איבערגעדרוקט  א סך מאל אין פארשידענע שפראכן. 

ביים חורבן

פארן  חורבן האבן געוואוינט אין דובנא עטליכע 12,000 אידן, וואס זענען געווען 59% פון דער באפעלקערונג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!