רוי:די אינטערנאציאנאלע זינגליד
דער אינטערנאַציאָנאַל איז דאָס באַרימטסטע קאמפסליד פון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרבעטערס באַוועגונג. דער אריגינעלער פראַנצייזישער טעקסט שטאַמט פון אייזשען פּאָטיע, איינעם קעמפער און דיכטער דער פּאַריסער קאָמונע, ווערט אַבער שנעל אין פיל שפּראַכן איבערגעזעצט. די איבערזעצונג אויף דייטש ווערט 1910 פון עמיל לוכאַרט געשאַפן, אויסער דער ווירטן און פינפטן סטראָפע, די עריך וויינערט 1959 איבערגעזעצטע. די מעלאָדי קאָמפּאָניערטע פּיער דעגייטער 1888.
טעקסט
דער אינטערנאַציאָנאַל
שטייט אויף, איר אַלע, ווער ווי שקלאַפן,
אין הונגער לעבן מוז, אין נויט!
דער גייסט - ער קאָכט, ער רופט צו וואָפן
אין שלאַכט אונדז פירן איז ער גרייט.
די וועלט פון גוואַלדטאַטן און ליידן
צעשטערן וועלן מיר און דאַן
פון פרייהייט, גלייכהייט אַ גַן־עֵדֶן
באַשאַפן וועט דער אַרבעטסמאַן.
(צוזונג)
דאָס וועט זיין שוין דער לעצטער
און ענטשידענער שטייט!
מיט דעם אינטערנאַציאָנאַל
שטייט אויף, איר אַרבעטסלייט!
ניין, קיינער וועט אונדז ניט באַפרייען:
ניט גאָט אליין און ניט קיין העלד-
מיט אונדזער אייגענעם כּלֵי־זַיִן
דערלייזונג ברענגען מיר דער וועלט.
די גרויסע שטורעם־טעג זיי וועלן
נאָר פאַר טיראַנען שרעקלעך זיין;
זיי קאָנען אָבער ניט פאַרשטעלן
פון אונדז די העלע זונען־שיין.
(צוזונג)
דער ארבעטסמאַן וועט זיין מֶמשָלָה
פערשפרייטן אויף דער גאַנצער ערד,
און פאַראַזיטן די מַפָּלָה
באַקומען וועלן פון זיין שווערד.
אַראָפ דעם יאָך! גענוג געליטן,
גענוג פאַרגאָסן בלוט און שווייס!
צעבלאָזט דעם פייער, לאָמיר שמידן
כֹּל־זמאַן דאָס אייזן איז נאָך הייס!
(צוזונג)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!