רוי:צרפתיש
צָרפַֿתיש אדער יודיש־פראנצויזיש (ארויסגעזאגט אין אידיש: צאָרפאַטיש[1] אדער צאָרפאַסיש, ענגליש: Zarphatic אדער Judeo-French) איז אן אונטערגעגאנגענע פראנצויזישע שפראך אדער רעדעניש פון יודן אין מיטל-אלטערישן פראנקרייך, וואס האט אנטהאלטן א צאהל ווערטער פון הויעך דייטש[מקור פארלאנגט] און לשון קודש.[2]
דער אונטערשייד צווישן צרפתיש און אלט־פראנצעיזיש איז לויט טייל געוועהן א קליינער, און טייל לינגוויסטן האלטן דערפאר אז ס'איז גאהר קיין חילוק פון דער יודישער רעדעניש ביז דער שפראך פון פראנצויזן ניט געווען. די צאהל ווערטער פון לשון־קדושדיגן אפשטאם אין צרפתיש איז געווען קלענער ווי אין אנדערע יודישע שפראכן.[2][3] פארט וועהרט עס פאררעכנט ווי א באזונדערע שפראך מיט אן אייגענעם קאוד.
געוויסע לינגוויסטן זאגן אז פון די שפראך איז אנטוויקלט געווארן די אידישע שפראך ביי די אשכנזים.[מקור פארלאנגט] ווי למשל דאס ווארט טשאלנט קומט מעהגליך פון דא.
עס איז געשריבן געווארן מיט די העברעאישע אלף בית און נקודות.
עס פלעהגט גערעדט ווערן דורך יודן אין צפון פראנקרייך און מערב דייטשלאנד אין די באקאנטע שטעהט ווי מאגענצא, פראנקפורט ד'מיין און אאכן.
די שפראך האט געבליהט אינעם עלפטן יאהר-הונדערט, און די דעמאלטס'דיגע באריהמטע מענטשן ווי רבי משה הדרשן און רש"י האבן זיך באנוצט דערמיט.
די לעזי רש"י זענען געשריבן אין דער שפראך.
רעפערענצן
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןBirnbaum1931
- ↑ 2.0 2.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןBanittAslanov2008
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןKiwitt2013
וועבלינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!