רוי:קליין שדה-מנוחה

פון המכלול
ווערסיע פון 15:14, 9 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏געשיכטע: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ייִדן ← אידן (5))
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

47°7′58″N 33°0′25″E / 47.13278°N 33.00694°E / 47.13278; 33.00694 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט קליין שדה־מנוחה אויך קליין סיידעמענוכע (אוקראַיִניש: Мала Сейдеминуха) איז אַ דאָרף אינעם וועליקאָאַלעקסאַנדראָווסקער ראַיאָן פון דער כערסאָנער געגנט פון אוקראַיִנע.

געשיכטע

קליין שדה־מנוחה איז געגרינדעט געוואָרן אין 1842 דורך ייִדישע איבערוואַנדערער פונעם ווייסרוסלענדישן שטעטל נעוועל. דער נאָמען "קליין שדה־מנוחה" האָט די נייע קאָלאָניע באַקומען לויט דער דערבייאיגער ייִדישער קאָלאָניע "שדה מנוחה", וועלכע איז געגרינדעט געוואָרן אין 1807. נאָך דער גרינדונג פון קליין שדה־מנוחה האָט מען געביטן דעם נאָמען פון שדה־מנוחה אויף "גרויס שדה־מנוחה". אין 1842 אין קליין שדה־מנוחה האָבן געלעבט 442 נפשות (35 משפּחות), אין 1887 – 233 נפשות (33 משפּחות). לויט די אָנגאַבן פון דער רוסישער פאָלקסציילונג פון 1897 96,5 פּראָצענט פון 520 תושבים פון קליין שדה־מנוחה זענען געווען אידן. דאָס רוב האָבן זיי זיך פאַרנומען מיט לאַנדווירטשאַפט. אין סוף 19טן יאָרהונדערט האָט מען אין דער קאָלאָניע געגרינדעט באַנאַנד מיטן טראַדיציִאָנעלן חדר אַ פּריוואַטע ייִדישע אָנפאַנג-שול. אין 1917 איז אין קליין שדה־מנוחה אַנטשטאַנען אַן אָפּטיילונג פון "החלוץ"-באַוועגונג. בעת דעם בירגערקריג (1918 – 1919) האָט די באַפעלקערונג פון דער קאָלאָניע געליטן פון פּאָגראָמען. אין 1921 – 1922 האָט די באַפעלקערונג פון קליין שדה־מנוחה שטאַרק געליטן צוליב הונגער. דזשוינט האָט געהאָלפן די קרבנות פון פּאָגראָמען און הונגער. אין 1924 - 1925 זענען פון קליין שדה־מנוחה עולה געווען קיין ארץ-ישראל עטלעכע צענדליקער מענטשן, דער עיקר מיטגלידער פון "החלוץ"-באַוועגונג און זייערע משפּחות.

אין 1927 איז געגרינדעט געוואָרן דער קאַלינידאָרפער ייִדישער אויטאָנאָמער ראַיאָן, און די קאָלאָניע קליין שדה־מנוחה איז אַיינגעשלאָסן געוואָרן אין זיין באַשטאַנד. אין 1928 האָבן די סאָוועטישע מאַכט-אָרגאַנען פאַרמאַכט דעם אָרטיקן בית-מדרש און געעפנט אין זיין געביידע אַ ייִדישע אָנפאַנג-שולע. אין דעם זעלבן יאָר איז געענדערט געוואָרן דער נאָמען פון דער קאָלאָניע און זי איז אָנגערופן געוואָרן שטערנדאָרף. אין 1929 איז אין דער קאָלאָניע געגרינדעט געוואָרן אַ קאָלווירט מיטן נאָמען "אַוואַנגאַרד". 90,2 פּראָצענט פון די תושבים זענען געוואָרן זיינע מיטגלידער. אין 1932 – 1933 האָט די באַפעלקערונג פון שטערנדאָרף שטאַרק געליטן פון הונגער.

אין 1941 אין סאַמע אָנהייב פון דער סאָוועטיש-דייטשער מלחמה זענען 218 תושבים פון שטערנדאָרף מאָביליזירט געוואָרן אין דער רויטער אַרמיי (189 פון זיי זענען געפאַלן אין שלאַכטן). 28 תושבים האָבן באַוויזן זיך עוואַקוּיִרן אין מזרחדיקע ראַיאָנען פונעם ראַטנפאַרבאַנד איידער די קאָלאָניע איז אָקופּירט געוואָרן דורכן דייטשן מיליטער. דעם 17 סעפּטעמבער 1941 האָבן דייטשן און אוקראַיִנישע קאָלאַבאָראַציִאָניסטן צעשאָסן אין שטערנדאָרף 340 אידן. דער ייִדישער בית-עלמין איז רוּיִנירט געוואָרן. אין 1944, נאָך דער באַפרייאונג פון דעם דאָרף האָבן די סאָוועטישע מאכט-אָרגאַנען אומגעקערט דער געוועזענער יידישער קאָלאָניע איר היסטאָרישן נאָמען - קליין שדה־מנוחה. נאָך 1945 האָט אַ טייל אָרטיקע אידן זיך אומגעקערט פונעם פראָנט און פון דער עוואַקואַציע אין זייער געבורטס-דאָרף, הגם דער ייִדישער אויטאָנאָמער ראַיאָן איז ליקווידירט געוואָרן. אין סוף 1940 האָבן אין קליין שדה־מנוחה געלעבט 44 אידן. אין 1967 איז אויפן קבר-אחים פון די אידן דערהרגעטע בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה אַוועקגעשטעלט געוואָרן אַ דעמקמאָל. לויט די אָנגאַבן פון דער אוקראַיִנישער פאָלקסציילונג פון 2001 האָט די באַפעלקערונג פון קליין שדה־מנוחה באַטראָפן 245 נפשות, איבערהויפּט אוקראַיִנער.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!