רוי:רבי יצחק רובין (צפת)

פון המכלול
ווערסיע פון 19:05, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט יצחק רובין (צפת) צו רוי:יצחק רובין (צפת) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יצחק רובין זצ"ל (ה'תר"ם - כ"ט תשרי ה'תרע"ו), דיין אין צפת.

אפשטאם

רבי איציקל איז געבוירן אין יאר ה'תר"ם, צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשיל רובין רב אין יאסלא, א זון פון הרב אלימלך רובין, רב אין סאקאלאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב שמואל זיינוויל בינדיגער

רבנות

זיין עלטער-שווער דער שינאווער רב האט אים שטארק ליב געהאט, ער האט געלערנט מיט אים יעדע נאכט ספרי קבלה, נאך דעם שינאווער רב'ס פטירה האט רבי איציקל געזאגט, ער האט שוין מער נישט קיין רבי, און ער איז אין יאר ה'תרס"ד ארויף געפארן קיין ארץ ישראל. דער רידב"ז האט אים אויפגענומן אין בית דין פון צפת נאך ביים פאטער'ס לעבן, ווען דער פאטער איז געווען ראש בית דין.

הסתלקות

רבי איציקל איז נפטר זייער יונג אין עלטער פון זעקס און דרייסיג יאר כ"ט תשרי ה'תרע"ו אין ליגט נעבן פאטער אויף דעם בית החיים אין צפת.

פאמיליע

רבי איציקל האט געהייראט מרת מינדל א טאכטער פון הרב נפתלי רובין, רב אין ווישניצא. זי איז נפטר געווארן אין וויען, י"ז טבת ה'תרע"ח. זייערע קינדער:

  • מרת דינה הי"ד, די ווייב פון הרב אלטער יעקב יצחק וואגשאהל לאנצהוטער רבי אין ניו יארק.
  • מרת רחל מרים, די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, רב אין דוקלא.
  • מרת ביילא, די ווייב פון הרב שבתי יצחק הערצוג רב אין גדוב און טשיטש.
  • מרת רויזא די ווייב פון הרב נחמן שטיינמעץ.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!