רוי:שלמה גאלדין
שלמה גאָלדין (ענגליש: Solomon Dingol; 15טן מערץ 1887, ראָגאַטשאָוו, ווייסרוסלאַנד – 12טן יוני 1961, ניו-יאָרק) איז געווען אַן אַמעריקאַנער ייִדישער זשורנאַליסט, דראַמאַטורג און געגעלשאַפטלעכער טוער.
לעבנס-געשיכטע
שלמה גאָלדין איז געבוירן געוואָרן אין אַ חסידישער משפּחה אינעם שטעטל ראָגאַטשאָוו (דעמאלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע, איצט – אין באַשטאַנד פון דער האָמלער געגנט פון ווייסרוסלאַנד). ער האָט באַקומען אַ טראַדיציִאָנעלן ייִדישן חינוך, זיך געלערנט אין אַ ישיבה אין ווילנע. שפּעטער האָט ער שטודירט עקאָנאָמיק, ליטעראַטור און פילאָסאָפיע אינעם אוניווערסיטעט פון בערן, שווייץ.
זינט 1908 האָט שלמה גאָלדין געוווינט אין לאָנדאָן, אַרבעטנדיק אין ייִדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס. אין 1916 האָט ער עמיגרירט קיין פש"א, זיך באַזעצט אין ניו-יאָרק און אָנגעהויבן אַרבעטן אין רעדאַקציע פון דער צייטונג "ייִדישע טאַגעבלאַט". זינט 1920 האָט שלמה גאָלדין געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פון דער צייטונג "דער טאָג". אין 1947 – 1953 איז ער געווען דער רעדאַקטאָר פון דער צייטונג. אין 1953 האָט "דער טאָג" זיך פאַרייניקט מיט דער צייטונג "מאָרגן-זשורנאַל", און זינט דעמלט ביזן סוף פון זיין לעבן האָט שלמה גאָלדין רעדאַגירט די פאַרייניקטע צייטונג "דער טאָג-מאָרגן-זשורנאַל". חוץ דעם האָט שלמה גאָלדין אָנגעשריבן צוויי פּיעסן: "דער נדר" (1920) און "פרעמד בלוט" (1922).
ער איז געווען דער וויצע-פּרעזידענט פון HIAS און אַ מיטגליד פון דער פאַרוואַלטונג פונעם ייִוואָ-אינסטיטוט.
וועב-לינקען
- נעקראָלאָג אויף שלמה גאָלדינס טויט (אויף ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!