רוי:פרוכט
פרוכט, אין באָטאַנישן זין, איז אַ טײל פון דער פלאַנץ, וואָס האָט די אַחריות פאַר דער פאַרשפּרײטונג פון די קערנדלעך. אין לאַנדווירטשאַפטלעכער און קולינאַשער שפּראַך פרוכט, אָדער אויבסט, איז אַ זיסער פלאַנצלעכער עסנוואַרג וואָס מעג זיין אַ אמתע פרוכט, אָדער אַן אַנדער טײל פון די פלאַנץ. עפּל, צום ביישפּיל, זענען אמתע פרוכטן, אָבער טרוסקאַווקעס זענען נישט קײן אמתע פרוכטן.
די פרוכט העלפט צו פאַרשפּרײטן דיִ קערנדלעך אין פאַרשײדענע אופנים: ווען אַ פרוכט איז פליישיג, שײן און זיס, קומען חיות און פרעסן די פרוכט, און דורך זײער צואה קומען אַרויס די קערנדלעך. אַנדערע פרוכטן באַהאַפטן זיך צו פעל פון חיות און אַנדערע האָבן פליגעלעך (ווי די פרוכטן פונעם מײפּל-בוים) און ווערן געטראָגן פונעם ווינט.
רוב פרוכט וואס מען עסט האבן א סאך וואסער, נאטירלעכן צוקער און אייזן.
פרוכט וועלכע וואקסן אויף א בוים אדער אויף דער ערד, גייען אריין אינעם סארט פון פרוכט. עס קומט מיט קערנדלעך אינדערמיט.
עס האט פארשידענע שיינע קאלירן צו ציען די אויג איר צו עסן.
פרוכט איז א נארהאפטיגער מאכל, עס איז זיס און געשמאק.
פרוכט איז א גוטער נאש.
און פון דעם מאכט מען גוטן קאמפאט.
אויפבוי
א פרוכט באשטייט פון איין אדער מער זוימען ארומגענומען מיט א וואנט, דעם פעריקארפ. דער פעריקארפ האט דריי שיכטן: עקסאקארפ – אויסנווייניקער שיכט
מעסאקארפ – מיטלער שיכט
ענדאקארפ – אינעווייניקער שיכט
למשל, ביי פערשקעס און פלוימען איז דער הארטער קערן (וואס אנטהאלט דעם זוימען) דער ענדאקארפ, דער מעסאקארפ איז דער טייל וואס מען עסט, און דער עקסאקארפ איז דער שאלעכץ.
באטאניק | ||
---|---|---|
צווייגן פון באטאניק | ||
פלאנצן | ||
פלאנץ טיילן | ||
פלאנץ צעלן |
| |
פלאנצן רעפראדוקציע | ||
פלאנצן טאקסאנאמיע | ||
גלאסארן | ||
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!