רוי:תנחום קאפלאן
אַנאַטאָלי (תּנחום) קאַפּלאַן (רוסיש: Анатолий Львович Каплан) - געבױרן דעם 10טן יאַנואַר 1903 אין ראָגאַטשעװ, מאָלעװער גובערניע (רוסלענדישע אימפּעריע - איצט אין װייסרוסלאַנד); געשטאָרבן דעם 3טן יולי 1980 אין לענינגראַד (איצט פּעטערבורג אין רוסלאַנד).
אַ באַקאַנטער סאָװעטיש-אידישער גראַפיקער, מאָלער און סקולפּטאָר. ער האָט געשאַפן אַ היפּשע צאָל קינסטלערישע װערק (איבערהױפּט ליטאָגראַפיעס) לױט די מאָטיװן פון דער ייִדישער ליטעראַטור און פאָלקלאָר, אַריינגערעכנט די סעריע "ייִדישע פאָלקסלידער", די אילוסטראַציעס צו שלום-עליכמס ביכער "טעוויע דער מילכיקער", "סטעמפּעניו", "דאָס פאַרכישופטע שניידערל" וכדומה.
אַ חוץ כלערלײ קינסטלערישע אױסשטעלונגען אין ראַטן-פאַרבאַנד, האָט תּנחום קאַפּלאַן אױך אָנטײלגענומען אין העכער 25 ענלעכע אונטערנעמונגען אין אױסלאַנד, בתוכם די אױסשטעלונגען לכבוד דעם 100סטן געבורטסטאָג פון שלום-עליכם אין ניו-יאָרק (1959) און פּאַריז (1960); די אױסשטעלונגען אין לאָנדאָן (1961), טאָרינאָ און מילאַן (1962); לאָס-אַנזשעלעס (1963); װענעדיג (1966); רױם, פּראָג, באַזעל (1967); לייפּציג, בראַונשװייג (1971) און אַזױ װייטער.
וועבלינק
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!