רוי:אקציע (פינאנץ)

פון המכלול
ווערסיע פון 09:45, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אין שטח פון פינאנץ איז אן אקציע אדער שעירס א חלק פון א געזעלשאפט מיט וואס זי שטעלט צוזאם איר קאפיטאל. די ווערט סך-הכל פון אלע אקציעס פון א געזעלשאפט איז די קאפיטאליזאציע פון דער געזעלשאפט.

דאס זענען אפטיילונגן וואס מענטש האבן א שותפות אין סטאקס, מיוטשעל פאנדס און אלע אנדערע פינאנציעלע קארפאראציעס אדער קאמפאניס.

די אייגענטימערס פון די געוויינטלעכע אקציעס האבן די רעכט צו שטימען ביי א גענעראל-פארזאמלונג פון דער געזעלשאפט. זיי האבן די רעכט אויסצוּװעלן די דירעקטארן און צו באשטימען וויפיל מ'זאל אויסטיילן יעדע יאר.

די אקציעס פון א פובליקער געזעלשאפט טוט מען קויפן און פארקויפן אין דער בערזע.