רוי:רבי קלונימוס קלמן הורוויץ

פון המכלול
ווערסיע פון 23:48, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט קלונימוס קלמן הורוויץ צו רוי:קלונימוס קלמן הורוויץ אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי קלונימוס קלמן הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ס - ה'תש"ג), רב אין סטריזשעוו.

אפשטאם

רבי קלמן איז געבוירן אין יאר ה'תר"ס (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב חיים יהודה הורוויץ, א זון פון הרב אלטער זאב הורוויץ, רב אין סטריזשעוו, א זון פון הרב אברהם אבא הורוויץ, רב אין שענדישאוו, א זון פון הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.

רבנות

רבי קלמן איז געווען רב פאר א האלבע שטאט אין סטריזשעוו, אויף זיין זיידען, רבי אלטער'לס ארט. איבער דעם רבנות האט געהערשט א קריגעריי, פילע שטאט'ס לייט האבען געוואלט אויפנעמען רבי נחמיה'לע א זון פון הרב משה יהודה ליב שפירא, (וועלכער האט שוין געפירט א דין תורה מיט זיין זיידען איבער דעם רבנות), רבי קלמן האט געווינען ביי די וואלען און איז געווען דער אנערקענטער רב ביי די רעגירונג אנטשטאלטען. אזוי ווי זיין פאטער האט זיך רבי קלמן אויך אוועק געגעבען אויפצוטוהן און ארויסהלפען אנדערע, ביי די צווייטע וועלט קריג איז ער אנטלאפען קיין לעמבערג, ער האט זיך געשאפען א סאוויעטישן פאספארט, און ער האט ארגאניזירט און געשיקט פון דארט פעקלעך קיין סיביר פאר זיינע שטאט'ס לייט.

הסתלקות

רבי קלמן איז אומגעקומען אין רוסלאנד, הי"ד.

פאמיליע

רבי קלמן האט געהייראט מרת צביה א טאכטער פון זיין פעטער הרב יוסף חיים פרענקל, פון שענדישאוו, אן איידעם פון זיין זיידן, הרב אלטער זאב הורוויץ.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!