רוי:פרת
לענדער |
טערקיי סיריע איראק |
---|---|
אייגנשאַפטן | |
קוואל | מזרח טערקיי |
הייך פון קוואל | 3,520 מעטער |
לעפצונג | שאַט על אַראַב |
דער פרָת (טערקיש: Fırat, אַראַביש: الفرات אַל־פוראַט) טייך, איז א גרויסער און וויכטיגער טייך אין מיטעלן מזרח, און דער גרעסטער אין נאנטע אזיע, דער טייך פליסט א דורך טערקיי, סיריע, און איראק. דער טייך איז דער דרום מזרח גרעניץ פון מעסאפאטאמיע.
די טייך הייבט זיך אן ביי די אררט בערג, און די ארזאראם בערג אין טערקיי, פון דארט גייט די טייך אריבער קיין מזרח סיריע, פון דארט גייט די טייך אריבער צו איראק, ווי עס טרעפט זיך צוזאם מיט די חידקל, און עס ווערט פארמירט די שאט על אראב טייך.
די טייך איז זייער א וויכטיגע וואסער קוואל פארן אויסגעטרוקנטן מיטל מזרח, ספעציעל אין די ראיאן ווי די טייך געפונט זיך. אין איראק זענען דא צענדליקע קליינע טייכן וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן מיט טויזנטע יאר צוריק, צוצושטעלן וואסער פאר פעלדער.
די טייך ווערט דערמאנט עטליכע מאל אין תנ"ך, אין בראשית איז דער טייך דערמאנט אלס איינער פון די פיר טייכן אין גן עדן, ווי אויך איז דער טייך דערמאנט אלס דער "גרויסער טייך", הנהר הגדול.
די טייך ציט זיך אויף א לענג פון 2,781 קילאמעטער, און זיין דרענאזש בעקן איז 765,831 קוואדראט קילאמעטער, און 818 מעטער קוב, גייט אריבער א סעקונדע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!