רוי:קרי וכתיב

פון המכלול
ווערסיע פון 22:32, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די קְרֵי וּכְתִֿיב זענען אַראַמישע װערטער װאָס הײסן "געלײנט" און "געשריבן."

עס זענען פאַראַן װערטער אין תנ"ך װאָס װערן געשריבן אַנדערש װי זײ װערן געלעזן. די געשריבענע פאָרם הײסט "כתיב" און די געלעזענע פאָרם הײסט "קרי." די "מסורה" האָט פאַרצײכנט פיל אַזעלכע "קרי וכתיב"; פאַראַן אַפילו װערטער װאָס שטײען אינגאַצן נישט געשריבן און זײ װערן געלעזן, און פאַרקערט, זײ שטײען געשריבן און װערן איבערהױפּט נישט געלעזן. די ערשטע הײסן "קרײן ולא כתיבן" און די צװײטע הײסן "כתיבן ולא קרײן." זײ װערן געבראַכט אין דער גמרא נדרים ל"ז, אַז זײ זענען "הלכה למשה מסיני," דאָס הײסט, אַז דאָס איז איבערגעגעבן געװאָרן פון די עלטסטע צײטן אָן.

די תּנ"ך־קריטיקער װילן ציען פון די דאָזיקע "קרי וכתיב" די מײנונג, אַז דאָס זענען געװען פאַרשידענע טעקסטן פון די באַטרעפנדע תנ"ך־שטעלן.

קוואַלן

  • זעט ישראל ייבין, "מבוא למסורה הטברינית," אקדמון, ירושלים תשמ"ג (Introduction to the Tiberian Masorah).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!