רוי:אליעזר חי שאלתיאל ריקאנאטי

פון המכלול
ווערסיע פון 09:44, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אליעזר ריקאנאטי איז געווען א רייכער מאן און א גרויסער תלמיד חכם אין דער שטאט ליווארנא אין איטאליע, אין די צייטן פון חיד"א אין די יארן תק"ל — תק"נ.

ער האט פארמאגט א ישיבה און דער חיד"א איז דארט געווען, ער האט דארט געדאווענט.

דער חיד"א איז געווען נאענט צום דעם עושר און ווען ער איז געשטארבן אין יאר תק"נ דרייצן טעג אין אייר, האט איהם דער חיד"א מספיד געווען, דער הספד איז געדרוקט אין זיין ספר כסא דוד.

דער חיד"א האט מקדיש געווען דעם גאנצן ספר לכבוד דעם תלמיד חכם, ער שרייבט דארט אז די אלע דרשות פון דעם ספר האט ער געדרש'נט אין דער ישיבה פון רבי אליעזר חי שאלתיאל.