רוי:משה בראנשטיין
משה בראָנשטיין (עספּעראַנטאָ: Mikaelo Bronŝtejn, רוסיש: Михаил Бронштейн, געב. אין פּראָסקוראָוו 7טן יולי 1949) איז אַן עספּעראַנטאָ-שריפטשטעלער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג. ער פאַרעפנטלעכט זיינע ווערק אויך אונטערן פּען-נאָמען Bruna Ŝtono.
לעבנסגעשיכטע
משה בראָנשטיין איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט פּראָסקוראָוו (איצט כמעלניצקי) אויף אוקראַינע. ער האָט אויסגעלערנט די שפּראַך עספּעראַנטאָ און איז געוואָרן טעטיק אין דער עספּעראַנטאָ-באַוועגונג אין 1962. אין דער עלטער פון 18 יאָר איז משה בראָנשטיין אַריבערגעפאָרן קיין רוסלאַנד, וואוּ ער וווינט ביז איצט. די שפּראַך פון זיין אָריגינעלער ליטעראַרישער שאַפונג איז עספּעראַנטאָ. משה בראָנשטיין האָט אַרויסגעגעבן 5 לידער-זאַמלונג, צוויי ראָמאנען, ווי אויך פילצאָליקע דאָקומענטאַלע פאַרצייכענונג און איבערזעצונגען אין עספּעראַנטאָ פון רוסיש און אוקראַיִניש.
וועבלינקען
- אינטערוויו מיט משה בראָנשטיין וועגן עספּעראַנטאָ אויף אוקראַיִנישער טעלעוויזיע (אויף אוקראַיִניש)
- עלעקטראָנישער קאַטאַלאָג פון משה בראָנשטיינס ווערק (אויף עספּעראַנטאָ)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!