אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מאיר הגדול פון פרעמישלאן"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 43: | שורה 43: | ||
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם]] | [[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פרעמישלאן]] | [[קאַטעגאָריע:פרעמישלאן]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 18:54, 27 נאוועמבער 2022
רבי מאיר הגדול פון פרעמישלאן ( - כ"ב מנחם אב ה'תקמ"א), איז געווען דער ערשטע רבי פון דעם פרעמישלאנער הויף.
אפשטאם
רבי מאיר איז געבוירן צו זיין פאטער רבי יעקב, אן אפשטאם פון רבינו יעקב מקורביל פון די בעלי תוספות. און צו זיין מוטער מרת בת שבע.
רבי מאיר האט געהאט צוויי ברידער:
- הרב יהודה ליב "שומר שבת" ( - י"א אדר א' ה'תק"ט).
- הרב צבי הירש פון פאטיק.
זיין געשיכטע
אין זיינע יונגע יארן האט רבי מאיר אויסבאהאלטן זיין גרויסקייט, און פלעגט האנדלן אויף דעם מארק אין פרעמישלא. איבער זיין אויסגעריפענער ערליכקייט האבן די גויים אים געריפן "מאיר ספראוועדליווי", מאיר דער באגלייבטער.
א געוויסע צייט איז רבי מאיר געווען א מלמד ביי רבי שבתי פון ראשקוב, פון די חבריא קדישא פון בעל שם טוב, דארט איז רבי מאיר צוגעצויגן געווארן צו דעם וועג פון חסידות.
נאך דעם וואס רבי מאיר איז באקאנט געווארן האט אנגעהויבן א גרויס געפארעכטס פון חסידים צו אים, און רבי מאיר איז געווען פון די ערשטע צו פארשפרייטן חסידות און גאליציע.
הסתלקות
רבי מאיר איז נפטר געווארן כ"ב מנחם אב ה'תקמ"א.
זיין פאמיליע
רבי מאיר האט איבערגעלזט דריי זון:
- הרב אהרן לייב פון פרעמישלאן ( - ב' אדר א' ה'תקע"ג), ממלא מקום פון פאטער.
- הרב דוד, רבי אין קאלוש.
- הרב פסח חסיד.
זעט אויך
רעפערענצען
- פנים מאירים
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!