אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלדד הדני"
ק (Bot: Migrating 4 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q926709 (translate me)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:44, 22 נאוועמבער 2022
אלדד הדני (אַרויסגערעדט: אֶלְדָד הַדָנִי) נאָמען פֿון אַ לעגענדאַרישן ייִדישן רײַזנדער אין 9טן יאָרהונדערט.
ווי עס ווערט דערציילט אין די סיפורים וועגן אלדד הדני האָט ער זיך באַוויזן אין בבֿל און דערנאָך אין מצרים אין יאָר 880. ער האָט דערצײלט פֿאַר די ייִדן, אַז ער איז אַ ייִד פֿון שבֿט דן, דעריבער הײסט ער „הדני“, און אַז זײַן לאַנד געפֿינט זיך אין מזרח–אַפֿריקע נישט ווײַט פֿון רויטן ים, לעבן אַביסיניע. דערבײַ האָט ער אויך דערצײלט לעגענדעס ווי אַזוי ער האָט זיך אַריבערגעקראָגן קײן בבֿל, פֿאַרשײדענע פאַסירונגען מיט שיפֿן און רויבערס, וואָס דערמאָנען ענלעכע לעגענדעס בײַ אַנדערע פֿעלקער אין מיטלאַלטער. אלדד הדני האָט אויך אָנגעשריבן הלכות פֿון שחיטה און טריפֿות. די הלכות הײבן זיך אָן מיט די ווערטער „אמר רבּנוּ יהושע מפּי משׁה מפּי הגבֿוּרה“.
נאָך אַ געוויסער צײַט איז אלדד הדני פֿאַרשוווּנדן גאוואָרן.
די סיפורים וועגן אלדד הדני זענען געווען זײער פֿאַרשפרײט. דער ערשטער סיפור איז געווען געדרוקט אין מאנטוא פֿאַר דעם יאָר 1480. אלדד הדני ווערט דערמאָנט פֿון רבי חסדאי אבן שפרוט (אין 10טן יאָרהונדערט), און באַזונדערס אין דער באַקאַנטער תשובֿה פֿון די אנשי קירואן צו רבֿ צמח גאון. דער סיפור וועגן אלדד הדני איז געווען פֿאַרשפרײט אין מיטלאַלטער אויך בײַ די קריסטן. וועגן אלדד זענען פֿאַראַן פֿאַרשײדענע מײנונגען.
דער היסטאָריקער אבֿרהם עפשטײן, אין זײַן „מבוא“ צום ספור פֿון אלדד הדני, האַלט אַז עפעס איז פֿאַראַן אמת אין אלדדס מעשׂיות, אַז דאָס האָט אַ שײכות מיט די פֿאַלאַשן, די ייִדן וואָס האָבן אַ מאָל געהאַט אַ באַזונדערע מלוכה בײַ אַביסיניע. גרעץ און אַנדערע האַלטן, אַז אלדד איז געווען אַ קאַראַיִמער מיסיאָנער און אַ שווינדלער. דאַקעגן יעקבֿ רײפֿמאַן האַלט, אַז אַזאַ אלדד הדני האָט גאָרנישט עקזיסטירט, נאָר מען האָט שפעטער געפֿעלשט אַזאַ סיפור, און אַז אויך די תשובֿה צו רבֿ צמח גאון איז געפֿעלשט.