אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלגאריטם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (לאג רעיל האט באוועגט אַלגאָריטם צו אלגאריטם אריבער ווייטערפירונג)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:44, 22 נאוועמבער 2022

אן אַלגאָריטם איז א ריי פֿון אנווייזונגען וואס שאפן א מעטאדישע פראצעס צו רעכענען עטלעכע ענדלעכע פונקציעס טריט ביי טריט אויף צו אויסלייזן פראבלעמען אין מאטעמאטיק, קאמפיוטעריי, לינגוויסטיק א.ד.ג. אלגאריטם איז גלייך ווי א לעקעך־רעצעפט וואס גיבט אונטעריכטן טריט ביי טריט.

אן אלגאריטם מוז ענדיגן נאך א געוויסער צאל טריט און ארויסגעבן די געזוכטע רעזולטאט.

יעדע קאמפיוטער פראגראם איז אן אלגאריטם וואס גיבט אונטעריכטן דער קאמפיוטער וואס צו פראצעסן.

ס'איז שווער צו פארמאליזירן גענוי וואס הייסט אן אלגאריטם. איינער פון די וואס האבן געארבעט אויף דעם פראבלעם איז געווען עלן טיורינג, וואס האט דערפינדן דעם באגריף פון א טיורינג מאשין וואס קען אויסרעכנענען אלע אלגאריטמען.

דאס ווארט "אלגאריטם" איז גענומען פונעם נאמען פונעם פערסישן מאטעמאטיקער און פארשער פון אלגעברע, "אבו אבדולאה מוכאמאד איבן מוסא אל־כוואריזמי" וואס האט געלעבט אינעם 9טן יארהונדערט; זיין ארבעט איז געבויט געווארן אויף דער פריערדיקער ארבעט פונעם 7טן־יארהונדערט אינדישן מאטעמאטיקער בראהמאגופטא. ארגינעל האט דאס ווארט אלגאריטם באדייט נאר די כללים פון אריטמעטיק מיט אינדיש־אראבישע ציפערן. שפעטער האט מען אנגעהויבן ניצן דאס ווארט אלגאריטם פאר אלע ספעציפישע פראצעדורן פאר לייזן פראבלעמען.

יעדע פעלד פון וויסנשאפט האט זיינע אייגענע פראבלעמען און דארף עפעקטיווע אלגאריטמען. פראבעלמען וואס האבן א שייכות מיט אנאנד ווערן אפט שטודירט צוזאמען. ביישפיל קלאסן פון פראבלעמען זענען זוך אלגאריטמען, סארטירן אלגאריטמען, צונויפגיסן אלגאריטמען, נומערישע אלגאריטמען, גראפן אלגאריטמען, שנירל אלגאריטמען, קאמבינאטארישע אלגאריטמען, קריפטאגראפיע און פארזער טעכניקן.