אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אירלאנד (אינזל)"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:44, 22 נאוועמבער 2022
אירלאנד (איריש: Éire; אולסטער סקאטס: Airlann) איז דער דריטער גרעסטער אינזל אין אייראפע,[1] און דער צוואנציגסטער גרעסטער אינזל אין דער וועלט.[2] ער ליגט צפון-מערב פון קאנטינענטאלישער אייראפע און איז ארומגענומען מיט הונדערטער אינזלען און וויספעס. מזרח פון אירלאנד, אריבער דעם אירישן ים, איז דער אינזל גרויסבריטאניע. פאליטיש, די רעפובליק פון אירלאנד (וואס הייסט אפיציעל אירלאנד) באדעקט פינף זעקסטל פונעם אינזל; דאס איבעריגע אין צפון-מזרח איז צפון אירלאנד, א טייל פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.
לעבן און געוויקסן
די ערד אינעם אינדזל איז זייער רייך און פרוכטיק, עס איז באדעקט מיט גראז און גרינע פלאנצן. עס איז ניטא דארט א סך וועלדער נאר בעיקר פאשע פעלדער וואס פארנעמען דעם רוב פון דעם אינדזלס שטח. דאס אירישע פאלק האבן זיך פארלאזט אין פארלויף פון לאנגע יארן אויף קולטורן (איינוואקסן) קארטאפל ווי זייער א לעבנסמיטל; א שוועמל וואס האט אמאל פארניכטעט דעם קארטאפל שניט האט צוגעברענגט צו דעם גרעסטן הונגער אין אירלאנד. נאך א פארשפרייטע געוויקס דארט איז די גערשט. עס איז וויכטיק צו אויפמערקן דעם אבסענטעיזם פון שלענג אינעם אינדזל. די אירישע טראדיציע דערציילט אז די שלענג זיינען אוועק געטריבן געווארן פונעם אינדזל דורך דעם הייליקן פאטריק.
הערות
- ↑ גרויסבריטאניע איז דער גרעסטער און איסלאנד דער צווייטער.
- ↑ זעט רשימה פון אינזלען לויטן שטח.