אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בעקיטשע"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
[[קאַטעגאָריע:חסידים]] | [[קאַטעגאָריע:חסידים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:מנהגים]] | [[קאַטעגאָריע:מנהגים]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 06:48, 27 נאוועמבער 2022
א בעקישע איז א בכבוד'יגער אויבערראק, וואס חסידים טראגן היינט צוטאגס אום שבת און אום יום טוב, און אויך ביי שמחות.
ריכטיג הייסט עס א בעקישע, אדער קאפאטע. ס'דא וואס רופן עס קאפטען, און עס שטאמט פון אן אמאליגער פוילישער אריסטאקראטישע טראגע.
אנדערש ווי א געווענליכע רעקל, זענען די טאשן מער צום רוקן - ביי די זייטן, און די עפענונג איז ווערטיקאל, און היבש טיף.
סארטן
עס זענען פארהאן דערפון עטליכע סארטן בעקישעס.
- א זיידענע בעקישע, וואס איז אין שווארצן קאליר. דאס איז גלאט און גליטשיק, אן קיין 'דעזיינס'. [היינט קויפט מען געווענליך נישט די עכט זיידענע סארט, נאר פון פאליעסטער].
- א געבלומטע בעקישע, וואס איז געווענליך לייכטער - א שטייגער ווי א כאלעטל. און מ'רופט עס א טיש-בעקיטשע, ווייל מ'נוצט עס געווענליך ביים עסן. דאס קומט מיט פארשידענע סטיל און מוסטערן, און צומאל מיט א ספעציעלע גארטל - פונעם זעלבן שטאף - ארויפגענייעט.
- א רבישע קאלירטע בעקישע, דאס קען זיין צווישן די קאלירן, אומגעפער פון ווייס, בלוי, זילבער, גאלד, צו ברוין. און צומאל קומט דערצו סטראקעס.
- סטראקעס בעקישע, דאס איז געאייגענט פאר רבישע פאמיליעס. עס איז געווענליך בלויז שווארץ, און דאס איז פארמאכט ביים הארץ ביז'ן האלדז, און ביים זוים פונעם האלדז ארום - ביז אראפ, אויך ביי די הענט זוימען - איז באדעקט מיט 'סאמעט'. און ס'ווערט נישט פארמאכט מיט קנעפלעך, נאר מיט קליינע העקעלעך.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!