אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בודאפעשטער געטא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 17: שורה 17:
[[קאַטעגאָריע:געטאס]]
[[קאַטעגאָריע:געטאס]]
[[קאַטעגאָריע:אונגארן]]
[[קאַטעגאָריע:אונגארן]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 02:08, 27 נאוועמבער 2022

חורבן אייראפע
פריערדיגע עלעמענטן
נירנבערג געזעצן ·

T-4 פראגראם · קאצעט

אידן
די נאצישע דייטשלאנד
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם
יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע

טערעזיענשטאט, לאדזש, לעמבערג, קראקע

איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע
פאנאר, אדעס
ענדגילטיקע לייזונג וואנזע קאנפערענץ
ריינהארד אקציע
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק,
טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW
געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק)
סוף מלחמה: טויט מארשן
בריחה· שארית הפליטה
אנדערע קרבנות
פאראנטווארטליכע פארטייען
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך ·
אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געסטאפא
קאלאבאראציער
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע
ליסטעס
ליסטע פון איבערגעבליבענע
ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס
רעסורסן
BudapestGhettowall.jpg

די בודאפעשטער געטא איז געווען א געטא וואו די יידן אין בודאפעשט, אונגארן זענען געווען געצווינגען צו וואוינען אינעם צווייטן וועלט קריג.

איידער די נאציס זענען אריין אין אונגארן האבן געוווינט איין בודאפעשט איבער 200,000 יידן. פערצן טויזנט יידן האבן זיך געביטן זייער רעליגיע, צו קריסטנטום, מיינענדיג אז זיי וועלן אזוי ארום, אויסמיידן די גזירות אויף יידן, און וועלן געראטעוועט ווערן, צווישן די יארן 1943-1938.

די נאציס זענען אריין אין אונגארן מערץ 1944, און האבן אנגעהויבן אויפצושטעלן די געטא, 17,000 יידן זענען אפגעשיקט געווארן, קיין אוישוויץ אין מיי, די נאציס האבן אויסגעליידיקט 1,500 הייזער, פון אירע יידישע איינוווינער, און נאך צוויי מאנאטן, זענען אלע יידן פון דער שטאט, געצווינגען געווען אריבערצוגיין, צו 2,640 וווינונגען, וואס זענען באצייכנט געווארן מיט א מגן דוד.

2,600 פאמיליעס האבן געהאט בירגערשאפט פון נייטראלע לענדער, און נאך 2,700 זענען געווען אויסבאהאלטן, אין קירכעס, און אין מאנאסטירן, די אנדערע יידן זענען אויף צייטווייליג, געראטעוועט געווארן, ווען מיקלאש הארטי, דער הערשער פון אונגארן, האט באפוילן אפצושטעלן די פארשיקונגען.

אלעס האט זיך געטוישט ווען די פייל קרייץ, איז געקומען צו די מאכט, און האבן אנגעפאנגען אומברענגען יידן סיסעמאטיש, דורך אריינשיסן יידן אינעם דוניי טייך, טויזנטער יידן זענען געצווינגען געווען צו בויען באשיצונגען, קעגן די סאוועטישע ארמיי, וואס איז געשטאנען ביי די טויערן פון בודאפעסט, 70,000 יידן זענען אריינגעקוועטשט געווארן אינעם געטא, אין נאוועמבער 1944, זענען 70,000 יידן, פארטריבן געווארן צום עסטרייכישן גרעניץ צופיס, און ביזן סוף יאר 1944, זענען צוואנציג טויזנט יידן, אומגעקומען אין דער געטא.

פון די אנדערע זייט זענען טויזנטער יידן געראטעוועט געווארן, דורך ראול וואלענבערג, דער שוועדישע קאנסולאט אין אונגארן, קארל לוץ דער שווייצער קאנסול, און דער רויטער קרייץ, און דיפלאמאטן פון אנדערע לענדער, זיי האבן באוויזן ארויסצושלעפן יידן פון די רייעס ביי פארשיקונגען, אויסער דעם זענען געווען 36,000 יידן, מיט דאקומענטן אמתע און פאלטשע, וואס זענען געראטעוועט געווארן.

ווען די רוסן האבן באפרייט בודאפעשט, אנהייב 1945, האבן זיך געפונען איבער 70,000 יידן, אין בודאפעשט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!