אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:איך האב א חלום"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אראפנעמען קאטעגאריע:ענגליש,צולייגן קאטעגאריע:רעדעס דורך HotCat)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:43, 22 נאוועמבער 2022

איך האב א חלום (ענגליש: I Have a Dream) איז א בארימטע היסטארישע צוואנציג-מינוט'יגע עמאציאנאלע רעדע פון דאקטער מארטין לוטער קינג קעגן ראסיזם אין די פאראייניגטע שטאטן.

עס ווערט פאררעכנט ווי איינע פון סאמע בעסטע רעדע'ס וואס איז נאר געגעבן געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן.

די רעדע איז געגעבן געווארן אום אוגוסט 28 1963 פאר איבער 250 טויזנט מענטשן וועלכע האבן מארשירט אין וואשינגטאן צום לינקאלן מעמאריעל.

אינעם ערשטן טייל פארלאנגט ער פון אמעריקע צו איינהאלטן איהר צוזאג אין די קאנסטיטוציע קעגן דיסקרימינאציע.

די נאמען איך האב א חלום הייסט נאך די ענדע פון די דרשה ווי ער איז אוועק פונעם פארגעשריבענעם סקריפט און גערעדט פון הארץ ארויס אז ער טרוימט אויף די ענדע פון ראסיזם.

לינקען