אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אייזנבאן וואגאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קאין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:43, 22 נאוועמבער 2022

אן אייזנבאַן וואַגאָן איז אַ סארט אייזנבאַן געצייג וואס ווערט געבויט צו פֿירן פּאַסאַזשירן אדער פֿראַכט פֿון איין פּלאַץ צום צווייטן. געוויינטלעך ווערן די וואַגאָנען פֿאַרבונדן, וואס מאַכט אַ באַן. זיי קענען ווערן באַוועגט דורך אַ לאָקאָמאָטיוו אָדער מיט אַ זעלבשטענדיקער מאָטאָר (אַ מאָטאָר-וואַגאָן).

פּאַסאַזשירן וואַגאָן

אַ בריטיש רייל מאַרק 3 פּאַסאַזשירן וואַגאָן פֿון די 1970ער

אַ פּאַסאַזשירן וואַגאָן ווערט באַנוצט צו פֿירן פּאַסאַזשירן אַלס אַ טייל פֿון אַ פּאַסאַזשירן באַן צווישן באן סטאנציעס. פּאַסאַזשירן וואַגאָנען געוויינטלעך אנטהאַלטן רייַען פֿון דריי ביז פֿינף זיצערטער אין צוויי זייַטן פֿון אַ צענטראַלער פּאַסאַזש לענגאויס דער וואַגאָן, אדער גרופעס פֿון זעקס ביז אַכט זיצערטער אין קליינע קופּעס לענגאַויס אַ זייַטיקער פֿאָיע. צווישן די זיצערטער זענען אָפֿט דאָ טישן פֿאַר די פּאַסאַזשירן. עס אויך זענען דאָ פּאָלציעס פֿאַר די באַגאַזשניקס פֿון די פּאַסאַזשירן, און אפֿשר אויך אייַנלאַגערונג קופּעס פֿאַר גרויסע אָביעקטן ווי וואַליזעס אדער ביציקלען.

פֿראַכט וואַגאָן

אַ קליינער געשלאָסענער לאַסט וואַגאָן אויף דער רעטישער באַן אין דער שווייץ

אַ פֿראַכט וואַגאָן אדער לאַסט וואַגאָן ווערט באַנוצט צו פֿירן פֿראַכט אַלס אַ טייל פֿון אַ פֿראַכט באַן צווישן סחורה ערטער. עס זענען דאָ פֿאַרשידענע סאָרטן פֿראַכט וואַגאָנען לויט דעם סאָרט פֿראַכט אין טראַנספּאָרט, און אָפֿט זענען דאָ פֿאַרשידענע סאָרטן וואַגאָנען אין איין באַן.


מוסטער:טראנספארט-שטומף