אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אייזיק האניג"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:43, 22 נאוועמבער 2022

יצחק אייזיק האניג איז א חסידישער זינגער און א גראמער וואס וואוינט אין אמעריקע.

דער ערשטער אלבאם וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך ר' אייזיק איז "שבת טיש" אן אלבאם וואס אנטהאלט אין זיך פארצייטישע חסידישע ניגונים. א קורצע צייט דערנאך איז ארויסגעקומען זיין צווייטער אלבאם, "אדון הכל". אין יאר ה'תשס"ה, האט ר' אייזיק ארויסגעגעבן דעם דריטן אלבאם "בהר המוריה" וואס האט געהאט אן אויסגעוויינליכע ערפאלג, באזונדער א דאנק צום ליד "א אידעלע" - א ליד וואס שילדערט אין זיך די גייסטישע שוועריגקייטן פון א איד. דאס ליד רעכנט זיך אלס איינער פון זיינע געלונגענסטע לידער, און אפטמאל זינגט ער עס ביי פארזאמעלונגען, בר מצווה'ס און חתונות וואו ער ווערט איינגעלאדנט צו.

ר' אייזיק געהערט צום סאטמארער חסידות, און ער דינט אויכעט אלס חתונות זינגער און א גראמער פון דער חסידישער געמיינדע אין אמעריקע. ער איז זייער מקפיד און גיט אכט נישט צו קאנווערטירן גוי'שע ניגונים און ארויפלייגן אידישע ווערטער דערויף, און צו זינגען בלויז אטענטישע חסידישע ניגונים וועלכע זענען קאמפאזירט געווארן דורך חרדישע קאמפאזיטארס.

אין יאר ה'תשע"ג איז ר' אייזיק ווידערמאל ארויסגעקומען מיט א נייעם אלבאם - "על ההרים" וואס איז געווען גאר א געלונגענער, און וואס איז פארקויפט געווארן אין מער ווי 20,000 קאפיס.

מוסטער:מוזיק-שטומף