אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אויטא אלארם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (Bot: Migrating 8 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2475102 (translate me))
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:39, 22 נאוועמבער 2022

אויטא אלארם איז אן עלעקטראנישער אלארם סיסטעם ספעציעל פאר אויטאס וועלכע פייפט אויב איינער פרובירט איינברעכן און אוועקפארן מיט דעם אויטא.

אויטאס זענען איינע פון די הויפט צילן פאר גנבים שוין פאר עטליכע דורות און וועט לויט אלע ערווארטונגן בלייבן אויף זייער ליסטע אויף לעולם און כאטש די זיכערהייט מאסנאמען ווערן בעסער און בעסער ווערן אבער די גנבים אויך מער פארגעשריטן און וועלן דאס קיינמאל נישט אויפגעבן ערשטנס ווייל דאס איז א ווערטפולע חפץ וועלכע ליגט אויפ'ן גאס, פארקויפט זיך זייער גרינג, און פארמאגט אן אריינגעבויטע אנטלויף סיסטעם.

די ערשטע אויטא גניבה וועלכע איז געווארן רעקארדירט ביי די פאליציי איז שוין געווען אין 896', אינגאנצן 10 יאר נאכדעם וואס די גאזאלין אויטאס זענען פארגעשטעלט געווארן פאר די וועלט. היינט צו טאג מיט אזויפיל אויטאס אויף די גאסן זענען פאראן טויזענטער אויטא גניבות וועלכע ווערט געשאצט צו אן אויטא פער יעדע 20 סעקונדן אין די פאראייניגטע שטאטן זעלבסט. וויפיל מען פרובירט זיך צו פארזיכערן פון אן אויטא גניבה איז מען אבער קיינמאל נישט פארזיכערט אזוי לאנג ווי עס ליגט אויפ'ן גאס אן יעדער קען זיין א קרבן צו אן אויטא גניבה. די עגמת נפש נאך א גניבה איז גרויס כאטש יעדער מוז לעגאל האבן אינשורענס.

מיט אזעלכע איבערראשנדע סטאטיסטיקס איז נישט קיין וואונדער אז מיליאנען אמעריקאנער אינוועסטירן אסאך געלט פאר טייערע פארגעשריטענע אלארמען מיט וועלכע זיי האפן צו ברענגן די רפואה פאר די מכה. היינטיגע אלארמען פארמאגן פארגעשריטענע סענסארס, דונערדיגע קלאנגן, און רעמאוט אקטיוויזירונג סיסטעמען וועלכע מאכן די אויטאס פארגעשריטענע זיכערהייט שאכטלעך וועלכע פארן אויף רעדער. שטודיעס ווייזן אז די אויטאס וועלכע האבן גוטע אלארמען האבן ווייניגער שאנסן גע'גנב'ט צו ווערן ווייל די גנבים וועלן ענדערש אויסוועלן אן אויטא אן אלארעם ווי מיט, עס איז דאך נישט פאראן קיין מאנגל פון אויטאס און יעדער גנב קען האבן וויפיל ער וויל.


דער אלארם סיסטעם

די ערשטע וועג צו באטראכטן אן אויטא אלארם איז זייער פשוט: עס איז עטליכע דראטן וועלכע זענען באהאפטן צו א סיירין. עס פארמאגט א קנעפל ביים דרייווערס טיר וועלכע אקטיוויזירט דעם אלארם און אויב איינער עפענט איינע פון די טירן וועט די אלארם אנהייבן קלינגן. אזא אלארם פארלאנגט נישט מער ווי א קנעפל אביסל ווייער און א סיירין.

היינטיגע אלארמס זענען אבער פיל מער פארגעשריטן און באשטייען פון 5 טיילן: 1) א גרופע פון סענסארס, עס קען זיין דרוק סענסארס, מאשען דעטעקטארס, און געווייערטע קנעפלעך וועלכע אקטיוויזירן דאס. 2) א סיירין פון עטליכע קלאנגן וועלכע מען קען אליינס אנשטעלן. 3) א ראדיא רעסיווער וועלכע לאזט דעם רעמאוט אקטיוויזרן און דע-אקטיוויזירן דעם סיסטעם. 4) א באזונדערע באטערי וועלכע זאל העלפן די סיירין פייפן אפילו אויב די הויפט אויטא באטערי איז אויסגעגאנגן. 5) א קאמפיוטער קאנטראל טייל וועלכע קאנטראלירט דעם גאנצן סיסטעם און שפירט ווען די סענסארס ווערן גערירט און צינדט אן די אלארעם.

אין אנדערע ווערטער באשטייט די אלארם פון א קאמפיוטער, א סיירין, און א רייע סענסארס וועלכע אקטיוויזן דעם אלארם. עס זענען פאראן עטליכע ערליי סענסארס וועלכע כאפן אויף פארשידענע ערליי זאכן וועלכע קען נאר פאסירן אויב איינער האט איינגעבראכן אינעם אויטא.

די ערטשע סארט סענסאר זענען די טירן סענסארס וועלכע אקטיוויזירן דעם אלארם אויב איינע פון די טירן, טראנק, אדער הוד ווערט געעפענט. די טירן פארמאגן פשוטע ווייערס וועלכע זענען באהאפטן צו די קנעפלעך וועלכע אקטיוויזירן די לעקטער אינעם אויטא. אויב מען עפענט א טיר וועלן ביידע זאכן אקטיוויזירט ווערן. די לעקטער וועט זיך אנצינדן און די אלארם וועט זיך אויך אנצינדן.

אבער גנבים ברויכן נישט עפענען די טירן צו גנב'נען אן אויטא. עס זענען פאראן אנדערע וועגן וויאזוי מען קען גנב'נען א אוטא. זי קענען אויפברעכן די פענסטער אדער פשוט אוועקנעמען דעם גאנצן אויטא מיט א שלעפער טראק צו וועלכע די טיר סענסארס זענען גארנישט ווערט. אט דערפאר איז פאראן שאק סענסארס וועלכע שפירן אויב איינער רירט דעם אויטא און עס אקטיוויזירט דעם אלארם. ביליגע שאק סענסארס מאכן אבער פראבלעמען ווייל עס מאכט אסאך פאלשע אלארמס וויבאלד די סענסאר פארשטייט נישט קיין חילוק פון א שטערקערע אדער שוואכערע שאקל און וועט צו ביידע האבן אן אייניגע רעאקציע דאס איז ווייל די סענסאר איז א שאכטל מיט א חלל אינדערמיט וועלכע אנטהאלט אן אייזערנעם באל וועלכע שאקלט זיך ווען מען רירט דעם אויטא און אויב עס רירט עטליכע אייזערנע טיילן אינעם שאכטל וועט עס אויטאמאטיש אקטיוויזירן דעם אלארם.

עס זענען אבער פאראן מער פארגעשריטענע שאק סענסארס וועלכע האבן אין זיך מערערע אייזערנע טיילן וועלכע שיקן יא די ריכטיגע מעסעדזשעס צום קאמפיוטער דורך שפירן וויפיל ליניעס זענען אנגערירט געווארן און לויט דעם מאכט דער קאמפיוטער זיינע באשלוסן. אויב איינער וועט געבן א מילדע שטופ דעם אויטא וועט עס ווארענען, געבן א פייף, אדער בלינקן מיט די העדלייטס צו דערמאנען יענעם ער זאל שטיין ווייט פון דעם אויטא. אויב די אויטא ווערט שטערקער געשאקעלט וועט די באל אינעם סענסאר אנרירן מער ליניעס און די סיירין וועט זיך אקטיוויזירן און אלאמירן די גאס אז אן אויטא ווערט גע'גנב'ט.

אויסער די שאק סענסארס האבן רוב פארגעשריטענע סיסטעמען א פענסטער סענסאר וועלכע שפירט אויב א פענסטער ווערט אויסגעשאסן, א מיטל וועלכע רוב גנבים נוצן פאר די שנעלסטע ארבעט. די סארט סענסארס זענען מיקראפאנען וועלכע כאפן אויף די קול פון די גלאז און סיגנאליזירן דעם קאמפיוטער וועלכע מאכט די סיירין פייפן.

אן אנדערע סארט פענסטער סענסאר איז די טויש אין לופט דרוק וועלכע ווערט געשאפן דורך עפענען א פענסטער אפילו ווען די טעמפרעאטור איז אייניג אינעווייניג און אינדרויסן. די סארט סענסאר איז א פשוטער הויכהילכער וועלכע גיט ארויס א קול נאכדעם וואס די ניי געשאפענע לופט דרוק מאכט אז די מיטעלסטע טייל פונעם הויכהילכער זאל זיך רירן און די עלעקטראמאגנעט וועלכע ליגט אונטער דעם כאפט אויף דעם קול. (א הויכהילכער איז צוזאמענגעשטעלט פון צוויי טיילן: אן עלעקטראמאגנעט און א ספעציעלע סחורה'נע מאטריאל וועלכע ליגט אינדערמיטן. ווען די הויכהילכער באקומט די עלעקטראנישע סיגנאלן, וועלכע ווערן געשיקט דורך די מוזיק סיסטעמען, מאכט עס די מיטעלסטע טייל טאנצן ארויף און אראפ און די עלעקטראמאגנעט אונטער דעם שפילט דאס אויף הויך לויט די שטארקייטן פון די סיגנאלן). טייל פון די אלארם סיסטעמען נוצן דעם אויטא'ס הויכהילכער (ספיקערס) צו טאן די ארבעט און אנדערע פארמאגן באזונדערע הויכהילכער דערפאר.

געוויסע גנבים דארפן נישט דעם גאנצן אויטא נאר זוכן געוויסע טיילן דערפון וועלכע זיי פארקויפן פאר געלט. די סארט גנבים קענען מאכן אסאך שאדנס אן דארפן אויפברעכן די טירן אדער פענסטער. און גנבים וועלכע זענען עקוויפטעט מיט שלעפער טראקס קענען פשוט אוועקפירן דעם גאנצן אויטא אן דארפן צורירן צו די אינעווייניגסטע טיילן.

עס זענען פאראן עטליכע סארט סענסארס וועלכע באוואכן אויך דעם דרויסנדיגן טייל פון אן אויטא. עס איז פאראן א ספעציעלע ראדאר סיסטעם וועלכע דערשפירט די בארירונגן ארום דעם אויטא און אויב עס טוט זיך צופיל אקטיוויטעטן זייער נאנט צום אויטא וועט דאס סיגנאליזירן די אלארם סיסטעם. אנדערע אויטאס פארמאגן א טילט סענסאר וועלכע פארמאגט אין זיך צוויי דראטן וועלכע ליגן אין א שאכטל פון מערקוירי פליסיקייט. אויב דער אויטא ווערט געבויגן אויף איין וועג וועט די פליסיגע מערקוירי שווימען צו די אנדערע זייט און מאכן קאנטאקט מיט ביידע דראטן אויפאיינמאל וואס וועט סיגנאליזירן די אלארם. גוטע אלארם סיסטעמען פארמאגן עטליכע אזעלכע טילט סענסארס וועלכע ליגן אויסגעלייגט אויף געוויסע פונקטן אונטער דעם אויטא.


דער ויצעקו

עס קלינגט אלטמאדיש, אן אלארם קלינגט און דער גנב לויפט אוועק. אבער עס איז ווירקליך אזוי אין יעדע גניבה. רוב גנבים וועלן אנטלויפן אויב זיי וועלן נישט באווייזן אויסצולעשן די אלארם אין געציילטע סעקונדן ווייל די גערודער מאכט אים אומבאקוועם און לייגט אים אין צענטער פון די סצענע אויף די גאס און ביינאכט ווייסט ער אז דער באלעבאס אדער זיינע שכינים וועלן זיך אויפוועקן פון די גערודער און רופן די פאליציי.

פארגעשריטענע גנבים קענען שנעל אויסלעשן די אלארמס דורך איבערשניידן די נויטיגע דראטן און די פירמעס קומען כסדר אויף מיט נייע עצות וויאזוי צו באהאלטן די ווייערינג מען זאל זיי נישט קענען טרעפן. עס זענען אבער פאראן גנבים אויך אין די פירמעס וועלכע זענען גרייט ארויסצוגעבן די אינפארמאציע פאר אביסל געלט.

רוב אלארמס איינמאל עס ווערט אקטיוויזירט וועט עס מאכן דעם הארן פון די אויטא פייפן און די לעקטערס בלינקן. טייל אלארמס פארמאגן נאך א הארן וועלכע ליגט אונטער'ן הוד וועלכע העלפט מאכן משונה'דיגע קולות וואס קלינגט אפ ווייט אוועק. טייל אלארמס קען אפילו אנגעשטעלט ווערן צו געוויסע קולות כדי צו מאכן אייער אויטא קלינגן אנדערש ווי דעם חבר'ס. געוויסע סיסטעמען זענען מער פארגעשריטן פון דעם און וועלן טאן עפעס א מעכאנישע שטיקל וועלכע וועט נישט לאזן דעם גנב אוועקפארן מיט'ן אויטא ווי אויסשאלטערן די איגנישן סטארטער אדער דורך אפהאקן די גאזאלין סופליי צו די מאטאר אדער אנדערע מעטאדן.

געוויסע אויטאס שפילן א רעקארדירטע מעסעדזש ווען איינער רירט צו צום אויטא און ווארענט יענעם צו שטיין ווייט פון דעם אויטא. מענטשן וואס נוצן די מעסעדזשעס האבן בכוונה צוויי זאכן: צו דערשרעקן דעם מעגליכן גנב אז דאס איז א פארגעשריטנער אלארם סיסטעם פון וועלכע ער זאל זיך באלד אפשאקלן און גיין נעמען א צווייטענס אויטא און אנדערע מענטשן שפירן זיך פשוט גוט ווען זייערע אויטאס זענען עפעס מער ווי יענעמ'ס.


דער רעמאט קאנטראל

דער הויפט נוצן פון א רעמאט קאנטראל איז צו אקטיוויזירן און דע-אקטיוויזירן די אלארם סיסטעם מיט איין דרוק אויף א קנעפל. אמאל ווען עס זענען נאך נישט געווען קיין רעמאוט קאנטראלס האבן די אלארמס געארבעט מיט א צייט אפגעשטופע סיסטעם וועלכע האט געגעבן דעם דרייווער 30 ביז 60 סעקונדן פון ווען דער דרייווער האט אים אקטיוויזירט ביז ער מאכט צו אלע שלעסער. דאס זעלבע איז געווען פארקערט ווען מען האט געהאט 30 סעקונדן צו דע-עקטיוויזירן פון ווען מען האט געעפענט דעם אויטא ביז מען האט אריינגעדרוקט אדער גענוצט די ריכטיגע ציפערן אדער שליסל. אין אנדערע ווערטער האט עס געארבעט ענליך ווי די היים און אפיס אלארם סיסטעמען וועלכע גיבן אויך א געוויסע צייט ביז מען קען אריינדרוקן די ציפערן.

די סארט סיסטעם איז אבער נישט ווערד געווען קיין סאך ווייל די גנבים האבן זיך שנעל אויסגעלערנט וויאזוי צו מסדר זיין אן אויטא אין ווייניגער פון 30 סעקונדן און האבן מיט די אלארמס אינאיינעם אוועקגעפירט טויזענטער אויטאס. זינט דער רעמאוט קאנטראל איז געווארן א טייל פון די סיסטעם האט מען דאס געטוישט אז עס צעקלינגט זיך באלד און דער גנב ווערט דערשראקן און לויפט אוועק.

מען קען פראגראמירן אויפ'ן רעמאוט מערערע זאכן ווי עפענען די טיר שלעסער, עפענען די טראנק, אנצינדן די סיירין, און עס זענען פאראן רעמאוט סיסטעמען וואס ארבעטן מיט א קאמפיוטער אינעם אויטא וועלכע לאזט עפענען די פענסטער, אנצינדן געוויסע זאכן, און די אויטא שיקט צוריק א מעסעדזש פאר'ן רעמאוט אויב עס האט ווירקליך געטאן די ארבעט. די וואס האבן די פארגעשריטענע רעמאוטס וועט דער אויטא איר אלאמירן ווען די אלארם הייבט אן פייפן און אויך די רעמאוט אויפ'ן פעקל שליסלעך וועט זיך נעמען פייפן.

פארגעשריטענע גנבים געבן זיך אבער אן עצה מיט די פארגעשריטענע רעמאוטס דורך צוטרעפן די ריכטיגע קאוד וועלכע די רעמאוט סיסטעם נוצט צו קאמיוניקירן מיט'ן אויטא. זיי פארמאגן ספעציעלע מאשינדלעך וועלכע גייען דורך הונדערטער קאודס ביז ווילאנג עס טרעפט צו די ריכטיגע און דעמאלטס גנב'נען זיי די אויטא באקוועמערהייט.

טייל אלארם פירמעס האבן זיך אן עצה געגעבן אויך מיט דעם און האבן אנטוויקלעט א רעמאוט סיסטעם וועלכע פארמאגט צענדליגער קאודס און עס טוישט זיך אליינס פון צייט צו צייט וואס מאכט פיל שווערער פאר די גנבים עס אויסצוגעפינען.

זינט די 90'גער יארן זענען אלארמס געווארן זייער פאפולער און די פירמעס וועלכע מאכן זיי האבן אנגעהויבן א פארמעסט ווער עס קען מאכן בעסערע און מער פארגעשריטענע סיסטעמען. יעדע שטיק צייט קומט ארויס א נייע אלארם סיסטעם וועלכע פארמאגט עפעס מער ווי די פריערדיגע און די מענטשן וואס קויפן זיך טייערע אויטאס זענען וויליג צו באצאלן אסאך געלט פאר א גוטע אלארם צו שפארן די עגמת נפש פון א גניבה. היינט ווען רוב טייערע אויטאס פארמאגן שוין אויך נעוויגאציע סיסטעמען וועלכע נוצן די דזשי-פי-עס טעכנאלאגיע איז פאראן א מעגליכקייט צו באהעפטן די דזשי-פי-עס רעסיווער צום אלארם סיסטעם און מיט דעם וועט דער באלעבאס קענען שטענדיג זען וואו זיין אויטא געפינט זיך. און אפילו אויב עס וועט פאר איינעם יא געלונגן צו גנב'נען זיין אויטא וועט ער דאס נישט האבן פאר לאנג ווייל דער באלעבאס וועט אנרופן די פאליציי און איבערגעבן וואו די אויטא געפינט זיך אויפ'ן מאמענט און מען וועט יענעם באלד כאפן.

עס זענען פאראן נאך פארשידענע זיכערהייט פראדוקטן קעגן אויטא גניבות ווי די קלאב, א מעטאלענע שלאס וועלכע מען שטעלט ארויף אויפ'ן סטירינג וויל, און פארשידענע עלעקטראנישע טשיפס וועלכע שיקן סיגנאלן אויב דער אויטא ווערט גע'גנב'ט און מען קען כסדר נאכזוכן וואו דער אויטא געפינט זיך דורך אריינרופן די פירמע. אין די לעצטע יארן איז אנגעקומען די "אן סטאר" פראגראם וועלכע געפינט זיך אין א גרויסע טייל פון דזשי.עם. אויטאס וועלכע איז אויך א גרויסע הילף קעגן גניבות אבער די אלע זאכן קענען פראפעסיאנאלע גנבים אויסמיידן. א קלאב באשיצט נישט פון קיין גניבות מיט א שלעפער טראק און די אלע סארט טשיפס ווייסן די גנבים זייער גוט וויאזוי דאס צו באזייטיגן און אפילו ווען נישט האבן זיי ספעציעלע ערטער וואו זיי פירן די אויטאס אראפ אונטער די ערד וואו קיין איין דזשי-פי-עס און אויך נישט אן סטאר ארבעטן.

פארגעשריטענע אויטא אלארמס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די מערסטע עפעקטיוו קעגן גניבות ווייל די סיסטעמען זענען זייער סענסיטיוו און צעקלינגן זיך ווי נאר מען רירט צו. ווי דערמאנט געבן זיך די גנבים נאך אלץ אן עצה אבער אויך די פירמעס ארבעטן פלייסיג און קומען כסדר ארויס מיט נייע סיסטעמען וועלכע מען קען נישט אויסשפילן.

אגב, איז וויכטיג צו באמערקן אז אויטא אלארמס זענען נישט קיין סאך ווערט אויף פארנומענע גאסן וואו עס איז פאראן גערודער אויך ביינאכט און עס דרייען זיך מערערע אויטאס. אן אויטא אלארם איז דעזיינט פאר דעם דורכשניטליכן איינוואוינער וועלכער וואוינט אויף א שטילע געסל אין א געגענט וואס רוישט נישט ביינאכט. אויף אזא ארט איז אן אלארם זייער עפעקטיוו.