אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אהרן רובין"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
|
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:39, 22 נאוועמבער 2022
רבי אהרן רובין זצ"ל (ה'תק"ס - ה'תרי"ז), רב אין רימאנאוו.
אפשטאם
רבי אהרן איז געבוירן אין יאר ה'תק"ס (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער מרת רייצא א טאכטער פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.
רבנות
רבי אהרן האט געזאלט ווערן רב אין בלאזשאוו, (אין ספר משיב כהלכה פון רבי אברהם זאב וואלף פרענקל איז פארהאן א תשובה וואו ער האלט אז מען זאל אויפנעמן רבי אהרן אלס רב אין בלאזשאוו) ער איז געווען רב אין רימאנאוו.
הסתלקות
רבי אהרן איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרי"ז.
פאמיליע
זיינע קינדער:
- הרב שמואל רובין (ה'תקצ"ה (אומגעפער) - כ' תמוז ה'תרס"ד), רב אין קארטשין.
- הרב יעקב רובין (ה'ת"ר (אומגעפער) - ז' סיון ה'תרס"ה), רב אין בארניוו , מחבר פון תולדות יעקב . ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
- הרב אריה לייב רובין פון ראפשיץ.
- מרת פרומא די ווייב בזיווג ראשון פון הרב נפתלי האלבערשטאם (י"ד חשוון ה'תקצ"ח - כ"א כסליו ה'תרכ"ד), א זון פון שינאווער רב, נאך עטליכע יאר, און זיי האבען נאך נישט געהאט קיין קינדער האט דער זיידע דער צאנזער רב זיי געהייסען זיך גט'ן.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר