אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:תלמוד ירושלמי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022

העמוד הראשון של מסכת ברכות מהדורת דפוס וילנא

תלמוד ירושלמי גריפן תלמוד ארץ ישראל, תלמודא דמערבא (אדער ירושלמי) איז א זאמלונג פון מאמרים פון אמוראים אין ארץ ישראל (אין גליל) אויף דער משנה. ס'איז דא א ירושלמי אויף כמעט אלע מסכתות אין זרעים, מועד, נשים און נזיקין. אויף קדשים איז איבערהויפט נישט קיין ירושלמי, און אין טהרות נאר אויף מסכת נדה. די ירושלמי איז געשריבן, אנדערש ווי תלמוד בבלי אין דעם ארץ ישראל דיאלעקט פון אראמיש, און איז אסאך קורצער. אפטמאל איז נישט דא קיין שקלא וטריא אזוי ווי אין בבלי, נאר די גמרא פרעגט א קשיא און לאזט עס אן א תירוץ.

דער יסוד פון דעם ירושלמי איז אוועקגעשטעלט אין דעם בית המדרש פון רבי יוחנן.

ס'איז היינט דא נאר איין גאנצער כתב יד פון ירושלמי, דער "ליידן כתב יד", אין דער ביבליאטעק פונעם ליידן אוניווערסיטעט.

מפרשים

די עיקר מפרשים אויף ירושלמי זענען:

  1. קרבן העדה (ענלעך צו פירוש רש"י)
  2. שיירי קרבן (ענלעך צו תוספות)
  1. פני משה (ענלעך צו פירוש רש"י)
  2. מראה הפנים (ענלעך צו תוספות)
  1. רידב"ז (ענלעך צו פירוש רש"י)
  2. תוספות הרי"ד (ענלעך צו תוספות)

דף יומי

ביי דער זעקסטער כנסייה גדולה פוון אגודת ישראל אין טבת ה'תש"ם, האט דער גערער רבי דער "לב שמחה", רבי שמחה בונם אלטער, אויסגערופן דעם געדאנק פון לערנען יעדן טאג א בלאט ירושלמי, אויפן זעלבן שטייגער ווי דער דף היומי פון תלמוד בבלי. דער ערשטער מחזור פון ירושלמי האט אנגעהויבן ט"ו שבט תש"ם. יעדער מחזור געדויערט פיר און א פערטל יאר). כ"ז טבת תש"ע האט אנגעהויבן דער זיבעטער מחזור פונעם דף היומי אין ירושלמי.