אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שרה"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022
שָׂרָה אמנו איז געווען די ווייב פון אברהם אבינו, זי איז געווען איינע פון די ארבע אמהות.
זי האט ארגינעל געהייסן שָׂרַי, און גאט האט געטוישט איר נאמען צו שרה.
אויך ווערט זי אנגערופן מיטן נאמען יִסכָּה, וואס מיינט "קוקן", צוליב וואס זי איז געווען זייער א שיינע פרוי, און פרעמדע מענטשן האבן געקוקט אויף איר מיט גליסטעניש.
זי האט אויף א וואונדערלעכן אופן געשוואנגערט אין געבוירן איר איינציגן זון יצחק ביי די ניינציג יאר.
זי איז געשטארבן אין קרית ארבע אויף דער עלטער פון 127 יאר, און מען האט איר באגראבן אין מערת המכפלה.