אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שרגא פייוול זימערמאן"
(דערהיינטיקט) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022
הר"ר שרגא פייוול הלוי זימערמאן איז דער היינטיגער אב"ד פֿון דער פֿעדעראציע פֿון שולן אין ענגלאנד. פֿריער איז ער געווען עלף יאר אב בית דין אין גייטסהעד.
זיין ערשטע רבנישע שטעלע איז געווען אלס דיין און רב אין קהל עדת ישרון פון וואשינגטאן הייטס אין זייער שול אין מאנסי.[1] דערנאך איז ער גיווארן רב פֿון קהל בני אשכנז אין מאנסי.
ר"ח אייר תשס"ח איז געווען זיין הכתרה אלס גייטסהעדער רב.[2] אנוועזנד ביי דער הכתרה זענען געווען הרב משה חיים אפרים פאדווא, אב"ד פון התאחדות קהלות החרדים, לאנדאן און הרב מענדל שנייבאלג אב"ד פון מחזיקי הדת, מאנטשעסטער און אנדערע חשובע ענגלישע רבנים.
אין יאר תש״פ איז ער געווארן ראב״ד פון דער לאנדאנער ״פֿעדעראציע״ קהילה.
הרב זימערמאן איז א זון פון ר' יצחק אשר הלוי זימערמאן און אן אייניקל פון הר"ר יונה הורוויץ אב"ד אונסדארף און פראנקפורט. ער איז אן איידעם ביי הרב דוד דאננער.
פריערדיגער: ערשטער |
אב"ד גייטסהעד תשס"ח - תש"ף |
נאָכפאלגער: - |