אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שפרה כאלאדענקא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022

 

שפרה כאָלאָדענקאָ (רוסיש: Шифра Холоденко; ‏1909 – 1970) איז געווען אַ ייִדישע דיכטערן.


לעבנסגעשיכטע

שפרה כאָלאָדענקאָ איז געבוירן געוואָרן אינעם דאָרף רודניע פון דער וואָלינער גובערניע פון דער רוסלענדישער אימפּעריע (איצט – אין באַשטאַנד פונעם קאָראָסטענער ראַיאָן פון דער זשיטאָמירער געגנט פון אוקראַיִנע). איר עלטערער ברודער איז געווען דער באַרימטער ייִדישער דיכטער דוד האָפשטיין. שפרה כאָלאָדענקאָ האָט פאַרענדיקט דעם פיזיש-מאַטעמאַטישן פאַקולטעט פונעם מאָסקווער מלוכה-אוניווערסיטעט. אַלס דיכטערן האָט זי דעביוטירט אין 1922 אויף די שפּאַלטן פונעם זשורנאַל "שטראָם". באַנאַנד מיט ייִדיש האָט זי געשריבן לידער אויך אויף רוסיש, איבערגעזעצט אין רוסיש ווערק פון אַנדערע ייִדישע דיכטער, בתוכם פון איר ברודער דוד האָפשטיין.

שפרה כאָלאָדענקאָ איז געשטאָרבן אין מאָסקווע.


ביכער

  • לעבן, קיִעוו, 1937
  • גאַנץ פרי, מאָסקווע, 1940
  • אונדזער קראַפט, מאָסקווע, 1947
  • Близкий человек, Москва. 1960
  • דאָס וואָרט, מאָסקווע, 1974


וועבלינקען