אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמעון שוואב"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פארברייטערט א ביסל)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022

רבי שמעון שוואב

הרב שמעון שוואב (30סטן דעצעמבער 1908 - 13טן פעברואר 1995) איז געווען אן ארטאדאקסישער רב און קהילה פירער אין דייטשלאנד און אין אמעריקא.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין פראנקפורט צו יהודה (לעאפאלד) שוואב און זיין ווייב חנה, א טאכטער פון אברהם ערלאנגער. ער האט געלערנט אין ליטווישע ישיבות. נאכן זיך אריבער ציען קיין אמעריקא איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין באלטימאר. פון יאר 1958 ביז זיין טויט איז ער געווען רב אין "קהל עדת ישורון" ​אין וואשינגטאן הייטס, מאנהעטען.

ער איז געווען א מיטגלידער אין דער אמעריקאנער אגודת ישראל. ער האט געשריבן פאפולערע ספרים אויף יידשער מחשבה (אין ענגליש).

אין יאר 1930, האט ער פארברענגט א שבת מיט רבי ישראל מאיר הכהן (דער חפץ חיים). דאס באזוך ביים חפץ חיים האט געלאזט אויף אים א שטארקן איינדרוק, און ער האט פיל מאל דערמאנט די באזוך.

הרב שוואב האט געשריבן א ספר אין העברעאיש אויף תפלה: "עיון תפילה".