אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אדל די טאכטער פון בעל שם טוב"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:39, 22 נאוועמבער 2022

אָדל (ה'ת"ף-ה'תקמ"ז) איז געווען די טאכטער פון בעש"ט.

אָדל האט חתונה געהאט מיט ר' יחיאל אשכנזי מען האט אים גערופן ביי חסידים 'דער דייטשל', וויבאלד ער איז געקומען פון דייטשלאנד. ער ווערט פאררעכנט ביי חסידים ווי א צדיק נסתר, ער האט געהאט דריי קינדער פון אדל, א טאכטער פייגא און צוויי זין ר' משה חיים אפרים פון סדילקאוו דער בעל דגל מחנה אפרים, און ר' ברוך פון מעזשביזש.

דאס חשיבות פון אדל

אדל די טאכטער פון בעל שם טוב איז געווען באקאנט ביי חסידים אלס א גרויסע צדיקת, דער בעל שם טוב האט אמאל געזאגט אויף איר אז איר נשמה קומט פון די ריינע אוצר נשמות, זי איז מרומז אין פסוק א'ש ד'ת ל'מו. (דברים )

איר אייניקל ר' נחמן מברסלב האט אמאל געזאגט אז דעריבער האט זי דער בעל שם טוב געהאלטן חשוב ווייל זי האט שטענדיג געברענט צו טוהן גוטס, זי האט אייביג זיך געדרייט מיט מחשבות וואס נאך קען איך טוען א נחת רוח פאר השי"ת.

דער תלמיד פון בעל שם טוב, ר' נחמן האראדענקער, האט זיך משדך געווען די שוועסטער פון דעם צדיק ר' יצחק מדרוביטש, דער טאטע פון ר' מיכל מזלאטשוב. דער בעל שם טוב איז געווען דער שדכן, און האט אים געזאגט ווען דו וועסט האבן א קינד, און מיין טאכטער אדל וועט האבן א טאכטער וועלן מיר זיך משדך זיין, דאס וועט זיין שדכנות געלט. האט אים ר' נחמן האראדענקער געזאגט איך בין דאך א יחסן איך בין זיך מתיחס ביז דוד המלך, האט אים דער בעל שם טוב ארויסגענומען א כתב יחוס און געוויזן ער קומט אויך פון דוד המלך ע"ה.