אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שטשור"
(עטלעכע ארטיקלען פארבינדן אהער) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:42, 22 נאוועמבער 2022
די שטשור, שטשאָר אדער ראַץ איז א מיטל-גרייס נאגער. רוב שטשורעס זענען פונעם מין Rattus, און עס זענען דא בערך 56 פארשידענע זגאלן.
די מערסט באקאנטע זגאלן שטשורעס זענען די שווארצע שטשור (Rattus rattus) און די ברוינע שטשור (Rattus norvegicus). די דאזיקע צוויי זענען באקאנט אלס "אלטע וועלט שטשורעס". דער גרופע שטאמט אריגינעל פון אזיע.
געוויינטלעך זענען שטשורעס גרעסער ווי מייז. שטשורעס זענען גרויסע מורויד נאגערס, און מייז זענען קלענער. דער מורויד פאמיליע איז זייער גרויס און קאמפלעקס. דאס הייסט אז "שטשור" און "מויז" זענען נישט ספעציפישע טאקסאנאמישע טערמינען. אויב א גרויסע מורויד וורעט אנטדעקט וועט עס אפט האבן דאס ווארט "rat" אין זיין נאמען, און "mouse" אויב עס איז קליין.
טייל מענטשן האלטן שטשורעס אלס גלעטלינגען. רוב אזלעכע שטשורעס לעבן נישט מער ווי דריי יאר, און רוב ווילדע שטשורעס לעבן נישט מער ווי איין יאר.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: שטשור |