אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ש"ס פארטיי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:41, 22 נאוועמבער 2022

ש"ס פארטיי (ראשי תיבות: שומרי-תורה ספרדים) איז א פרומע ספרדישע פאליטישע פארטיי אין כנסת-ישראל. איר גייסטליכער פירער איז הרב עובדיה יוסף.

אירע צוועקן

  • אייניגן די אשכנזים מיט די ספרדים, און דערנענטערן די ספרדים צו יידישקייט (להחזיר עטרה ליושנה).
  • פארגרעסערן די פינאנסע שעצונגען פאר די ארימעלייט אין דער מדינה.

 היסטאריע

נאך די 2009 וואלן, ווען ש״ס האט געווינען עלף מאנדאטן, האט די פארטיי מיטגעטיילט אין בנימין נתניהו׳ס קאאליציע רעגירונג מיט פיר פאסטן אין דעם קאבינעט. דער פירער פון דער פארטיי דעמאלסט איז געווען אלי ישי, וואס איז געווארן א וויצע-פרעמיער מיניסטער און מיניסטער פון אינעווייניגע ענינים.

אום 4טן דעצעמבער 2011, האט ש״ס געלאזט אין גאנג זיין פאראייניגטע שטאטן פיליאל, אמעריקאנער פריינד פון ש״ס, באזירט אין ברוקלין, ניו יארק.

ש״ס האט געווינען 11 מאנדאטן ביי די 2013 וואלן, און איז געבליבן צוזאמען מיט דער ארבעטס-פארטיי אין אפאזיציע צו נתניהו׳ס רעגירונג. יאיר לפיד פון דער יש עתיד פארטיי און נפתלי בענעט פון די יידישע היים, וואס האבן ביידע געווינען מער מאנדאטן און האבן זיך באטייליגט אין דער קאאליציע, זענען געווען פאר נעמונג פון ישיבה׳לייט, וואס האבן אלעמאל געהאט א פטור, אריין אין דער מיליטער, און פאר א פארמינערונג אין פינאנציעלן שטיץ פאר גרעסערע משפחות, ביידע זאכן קעגן דער פאליטיק פון ש״ס.

אין דעצעמבער 2014, האט ישי פארלאזט די ש״ס פארטיי, וואס ער האט געפירט מער ווי א יארצענדלינג. ער האט געמאלדן אז ער וועט פירן א נייע רעליגיעזע פארטיי אין די וואלן מערץ 2015. זיין נייע פארטיי, יחד, האט נישט דערגרייכט דעם וואלן־שוועל און זיי האבן נישט באקומען קיין מאנדאטן אינעם כנסת. אין די 2015 וואלן האט ש״ס באקומען 7 מאנדאטן.


די אנגעגעבענע אין די כנסת וואלן 2006

  1. אלי ישי
  2. יצחק כהן
  3. אמנון כהן
  4. משולם נהרי
  5. אריאל אטיאס
  6. שלמה בניזרי
  7. דוד אזולאי
  8. יצחק וקנין
  9. נסים זאב
  10. יעקב מרגי
  11. חיים אמסלם
  12. אברהם מיכאלי