אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רש"י"
ק (brackets and image fix) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:41, 22 נאוועמבער 2022
ר' שלמה בן יצחק (רש"י איז ראשי תיבות ר'בי ש'למה י'צחקי אדער רבי שלמה ירחי) (ד'תת"א - כ"ט תמוז ד'תתס"ה) איז געווען א גרויסער תורה ריז אין דער תקופה פון ראשונים. און איז פאררעכנט אלס דער גרעסטער מפרש אויף תורה און גמרא.
רש"י האט געוואוינט אין פראנקרייך און דערפאר באנוצט ער זיך אסאך מאל מיט (בלע"ז) אלט פראנצויזישע ווערטער צו פארטייטשן געוויסע ווערטער.
זיין משפחה
ער איז געבוירן געווארן אין ד'תת"א אין טרויס, פראנקרייך. עס ווערט דערציילט אז דער טאטע פון רש"י רבינו יצחק ירחי, האט זוכה געווען צו זיין זון רש"י הק', ווייל ער האט געהאט א טייערן דיאמאנט שטיין וועלכע ער האט אריינגעווארפן אין ים כדי דאס נישט צו פארקויפן פאר עבודה זרה.
רש"י האט געהאט דריי טעכטער.
- די עלטסטע טאכטער מרים האט חתונה געהאט מיט רבי מאיר בן שמואל. זיי האבן געהאט פיר קינדער. רבינו שמואל דער רשב"ם, רבינו יעקב דער רבנו תם פון די בעלי התוספות, דער ריב"ם, און נאך א קינד שלמה וואס איז נפטר געווארן יונגערהייט. אויך האבן זיי געהאט א טאכטער וועלכע האט חתונה געהעט מיט רבי שמואל בן רבי שמחה (דער מחבר פון מחזור ויטרי), און זייער קינד איז געווען רבי יצחק הזקן (דער ר"י פון בעלי התוספות).
- די צווייטע טאכטער, יוכבד, האט חתונה געהאט מיט רבי יהודה בר נתן (ריב"ן) און זיי האבן געהאט א קינד רבי יום-טוב.
- די דריטע טאכטער רחל, האט חתונה געהאט א תלמיד חכם רבי אפרים, לא ידוע עליה דבר.
ער איז נפטר געווארן אין יאר ד'תתס"ה.
רש"י'ס רבי מובהק איז געווען רבינו יעקב בן יקר, א תלמיד פון רבינו גרשום מאור הגולה.
זיינע ספרים
רש"י האט פארטייטשט כמעט גאנץ תנ"ך: דער סדר פון פירוש רש"י על התורה איז צו געבן פארשטיין די פסוקים אויפן פשוט'ן אופן, אבער אין פאל ווען דער פשוט'ער פשט איז שווער צו פארשטיין, ברענגט רש"י אראפ די מדרשים פון די גמרא און חז"ל.
דער פירוש רש"י אויף די גמרא איז נישט דא אויף אלע מסכתות, געוויסע מסכתות האט זיין אייניקל דער רשב"ם און דער ריב"ן צוגעענדיגט.
רש"י כתב
מען איז געוואוינט צו דרוקן רש"י אין א ספעציעלן אלף בית וואס מען רופט "רש"י שריפט" צוליב וואס מען האט צוערשט גענוצט די ספרדישע בוכשטאבן אין די דרוק אונטערצושיידן צווישן די תורה און פירוש רש"י.
גאלעריע
- Rashi statue in troyes.jpg
סקולפטור לכבוד רש"י אין דער שטאט טרואה, מיט די אותיות ר' ש' י'.
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: רש"י |