אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רענעסאנס"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:41, 22 נאוועמבער 2022
דער רענעסאַנס (איטאליעניש: Rinascimento, רינאַשימענטאָ) איז אן עפאכע אין דער היסטאריע פון אייראפע וואס האט אנגעהויבן בערך 1400, ביים סוף פונעם מיטל אלטער.
דאס ווארט רענעסאנס נעמט זיך פון א פראנצויזיש ווארט וואס באדייט ווידערגעבוירן. מען האט געגעבן דעם נאמען ווייל אין יענער צייט האבן מענטשן זיך אינטערעסירט אין דער וויסנשאפט פון די אוראלטע צייטן, איבערהויפט די וויסנשאפט פון אוראלט גריכנלאנד און רוים. עס ווערט געזאגט אז דער רענעסאנס איז דער אנהייב פון דער מאדערנער עפאכע.
אין די רענעסאנס יארן זענען געווען אסאך בארימטע קינסטלער, שרייבער און פילאסאפן. איינער פון די מערסטע באקאנטע מענטשן וואס זענען געווען טעטיג אינעם רענעסאנס איז לעאנארדא דא ווינטשי, א קינסטלער, וויסנשאפטלער, מוזיקער און פילאסאף. מוסטער:היסט-שטומף