אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אלעאי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (עולםגולם האט באוועגט בלאט אלעאי צו רבי אלעאי)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:40, 22 נאוועמבער 2022

רבי אלעאי, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט איין מאל אין משניות.

עס איז געווען ר' אלעאי הזקן, א תנא, דער טאטע פון ר' יהודה וואס איז באקאנט אלס ר' יהודה ב"ר אלעאי.


ר' אלעאי הזקן איז געווען א תלמיד פון רבי אליעזר הגדול.[1] מיר געפונען אויך ווי ער האט געלערנט פאר ר' ישמעאל.[2]

ער איז געווען ביי דער תקופה פון יבנה נאכן חורבן בית המקדש ווי דער גמרא זאגט אז ער איז געגאנגען קיין יבנה און געלערנט מיט די תלמידים פון ר' גמליאל, ר' אליעזר און רבי עקיבא.[3]

ער האט זייער לאנג געלעבט דעריבער ווערט ער אנגערופען מיטן נאמען "הזקן".[4] ווי דער גמרא זאגט דארט ר' אלעאי הזקן זאגט ווען איינער זעט דער יצר הרע שטארקט זיך אויף אים ער קען אים נישט בייקומען זאל ער גיין צו א באהאלטן פלאץ ווי קיינער קען אים נישט, און זאל טועהן וואס זיין הארץ באגערט, אבער נישט אפענערהייט ווייל דאס וועט ברעגנן א חילול השם.

אויך זאגט אויף אים די גמרא נהוג עלמא כתלתא סבי (ברכות כ"ב ע"א), די וועלט פירט זיך ווי דריי אלטע אידן, ווי ר' אלעאי ביי די הלכה פון ראשית הגז.


אין משניות


זעט אויך


רעפרענצען

  1. עירובין דכ"ג ע"א, סוכה כ"ז ע"ב
  2. גיטין ו' ע"ב
  3. פסחים דל"ח, ותוספתא חלה פ"א
  4. חגיגה ט"ז ע"א, קידושין מ' ע"א