אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ראוונע"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:39, 22 נאוועמבער 2022
ראָוונע (אוקראיניש: Рівне, ריוונע; רוסיש: Ровно, ראוונא; פּויליש: Równe; דייטש: Röwne) איז א היסטארישע שטאט אין מערב אוקראינע, אין דער היסטארישער ראיאן פון וואהלין. זי איז די אדמיניסטראטיווער צענטער פון דעם ראוונער אבלאסט (פראווינץ), און אויך דער אדמיניסטראטיווער צענטער פון דער ארומיגער ריוונענסקי ראיאן אינעם אבלאסט. די שטאט אליין איז אויך א באזונדערע ראיאן אין אבלאסט.
ראוונע איז א וויכטיקער טראנספארטאציע קנופ, מיט דעם אינטערנאציאנאלן ראוונער פלוגפארט, און באן פארבינדונגען קיין זבאלדוניוו, סארני און קאוולע, ווי אויך שאסייען קיין בריסק, קיעוו און לעמבערג.
די באפעלקערונג איז בערך 249,900 (אין יאר 2004).
דער רבי ר' בער איז געווען מגיד אין ראוונע.