אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ראובן הורוויץ (דעמביץ)"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:39, 22 נאוועמבער 2022
רבי ראובן הורוויץ זצ"ל (ה'תק"ף - ה'תרמ"ה), רב אין דעמביץ.
אפשטאם
רבי ראובן איז געבוירן אין יאר ה'תק"ף (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק, באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הנגיד הרב יחיאל איכל רויזנפעלד פון ראווא-רוסקא.
רבנות
רבי ראובן איז געווען זייער יונג ווען מען האט אים אויפגענימען רב אין דעמביץ, (און אנפאנג האט ער געהאט שווערע קעגנערס). ער פלעגט נישט צושלאפן גאנץ שבת, דערפאר פלעגט ער טאנצן אגאנצן טאג, די חסידים האבען זיך איינגעטיילט צו טאנצן מיט אים א גאנצן שבת.
הסתלקות
רבי ראובן איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרמ"ה (אומגעפער)
פאמיליע
רבי ראובן האט געהייראט בזיווג ראשון אן אייניקל פון הרב איסר רב אין ראזוואדאוו. זייער זון:
- הרב אלטער ישעיה הורוויץ (ה'תר"ז - כ"ז טבת ה'תרנ"ה), ממלא מקום פון פאטער, רב אין דעמביץ.
בזיווג שני האט רבי ראובן געהייראט מרת דבורה א גביריש קינד, זי האט געפירט גרויסע געשעפטען, אויף חתונה צומאכען די קינדער פלעגט זי פארקויפען עפעס א פראפערטי. זייערע קינדער:
- הרב שמואל הורוויץ (ה'תרכ"ט - ה'תרפ"ג), ממלא מקום פון ברודער, רב אין דעמביץ.
- הרב נפתלי הורוויץ הי"ד (ה'תרל"ג (אומגעפער) - ה'תש"ג (אומגעפער) ), פון דעמביץ.
- מרת גיטלה, די ווייב פון הרב בצלאל הורוויץ (ה'תרכ"ה (אומגעפער) - ה'תר"ס (אומגעפער) ), רב אין פילזנא, א זון פון הרב נפתלי חיים הורוויץ.
- מרת ברכה, די ווייב פון הרב ישראל יוסף אונגאר (ה'תרכ"ח – א' דראש חודש תמוז ה'תש"ב), פון טארנא.
- מרת חנה, די ווייב פון הרב יצחק הורוויץ (ה'תרכ"ד - כ"א ניסן ה'תרצ"ד), פון בארניוו, א זון פון הרב אברהם שמחה הורוויץ, רב אין בארניוו.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר