אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ראדין"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:39, 22 נאוועמבער 2022
|
ראַדין (בעלארוסיש און רוסיש: Радунь, פּויליש: Raduń, ליטוויש: Rodūnia) איז א שטעטל אין הוראדנער וואבלאסט, בעלארוס, 27 ק"מ צפון־מערב פון לידא און 72 ק״מ דרום-מזרח פון ווילנע.
געשיכטע
זשעטל ווערט דערמאנט צונערשט אין דאקומענטן פונעם 14טן יארהונדערט, ווען מען האט געבויט דארטן א פעסטונג. ביי דער דריטער טיילונג פון פוילן איז ראדין געווארן א טייל פון דער רוסישער אימפעריע.
אין 1921 איז ראדין געווארן א טייל פון פוילן.
אין 1958 האט ראדין באקומען דעם סטאטוס פון א שטעטל.
יידישע געשיכטע
אין 1900 איז די יידישע באפעלקערונג אין זשעטל געווען 896.[1]
אין תרכ״ט (1869), האט רבי ישראל מאיר הכהן, דער ״חפץ חיים״, אויפגעשטעלט זיין ישיבה אין ראדין.
אין אקטאבער 1940 האבן די נאציס געזאמלט די יידן פון ראדין אין א געטא צוזאמן מיט טויזנט יידן פון דער ארומיגער געגנט.
אין 1942 איז פארגעקומען א גרויסע רציחה אין דער געטא, ווען מען האט אויסגעהרגעט 1000 יידן.