אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קעשענעוו פאגראם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (Bot: Migrating 12 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q1814439 (translate me))
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:39, 22 נאוועמבער 2022

טאוול פון דעם קינות פון דעם פאגראם

קעשענעווער פאגראם איז געוועזן אן אויסטערלישע פאגראם אנטקעגן די אידן אין רוסלאנד אין דעם יאר ה'תרס"ג ; 1903.

דאס פאגראם האט זיך אנטוויקלט אין קעשענעוו אונטער די שטיצע פון דער רוסישער רעגירונג און בראשם דער רוסישער אינערן מיניסטער נאך וואס עס איז פארשפרייט געווארן א בלוט בילבול קעגן די אידן אז זיי האבן געהרגעט קריסטלעכע קינדער כדי צו מאכן מיט זייערע בלוט, מצות אויף פסח.

אין פארלויף פון 3 טעג האבן די צעשויבערטע געמארדעט, פארווונדעט און בארויבט פיל אידן. זיי האבן אראפגעווארפן קינדער פון הויכע שטעק און האבן אויסגעהאקט אויגן. די רוסישע פאליציי האט זיך נישט אריינגעמישט צו פארמיידן דאס פאגראם. אין דעם פאגראם זיינען געשטארבן 49 אידן, און ארום 500 הונדערט פארווונדעט געווארן, אויך הונדערטער הייזער און געשעפטן זיינען בארויבט און פארברענט געווארן.

דאס פאגראם האט צושוידערט די וועלט, איבערהויבט די אידן צוליב די הארבע אנטיסעמיטישקייט. אויף דעם האט חיים נחמן ביאליק געשריבן זיין באוווסטע דיכטונג "על השחיטה". אויך האט די פאגראם צוגעשטופט פיל אידן צו עמיגרירן פון רוסלאנד צו די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און א קליין טייל צו ארץ ישראל (ביי די צווייטע עליה). בנימין זאב הרצל האט צוליב דעם געטוישט זיין געדאנק, און האט באלאסן אז מען דארף אויפשטעלן א אידישע מדינה אין ארץ ישראל און נישט ערגעץ אנדערש ווי ער האט פריער געהאלטן.